Pular para o conteúdo
Publicidade

Milagres de Jesus

Por Bíblia Online

Os Evangelhos registram dezenas de milagres realizados por Jesus — curas, ressurreições, domínio sobre a natureza e libertações. Cada milagre revelava sua divindade e compaixão.

Curas de cegos e surdos

Jesus devolveu a visão aos cegos e a audição aos surdos, manifestando seu poder sobre toda enfermidade e deficiência.

און ווען יהושע/ישוע איז פונדאנען ווייטער געגאנגען, האבן אים נאכגעפאלגט צוויי בלינדע מענטשן, וואס האבן געשריגן און געזאגט: דערבארם דיך אויף אונדז, בן דוד! און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, זענען די בלינדע צוגעקומען צו אים. און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: גלויבט איר, אז איך קען טאן דאס דאזיקע? זאגן זיי צו אים: יא, האר! האט ער דעמאלט אנגערירט זייערע אויגן, און געזאגט: לויט אייער אמונה, אזוי זאל עס אייך געשען! און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן. און יהושע/ישוע האט זיי שטרענג געווארנט, אזוי צו זאגן: היט אייך, אז קיינער זאל זיך נישט דערוויסן דערפון. זיי אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אים באקאנט געמאכט איבער יענעם גאנצן לאנד.

און בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען פון יריחו, האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון מענטשן. און זע, צוויי בלינדע זענען געזעסן ביים וועג; ווי זיי האבן געהערט, אז יהושע/ישוע גייט פארביי, האבן זיי א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף אונדז! דער המון אבער האט געשריגן אויף זיי, אז זיי זאלן שווייגן. און זיי האבן נאך מער געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף אונדז! און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט, און זיי גערופן, און געזאגט: וואס ווילט איר, אז איך זאל טאן פאר אייך? זאגן זיי צו אים: אז אונדזערע אויגן זאלן געעפנט ווערן! און יהושע/ישוע האט זיך דערבארעמט אויף זיי, און אנגערירט זייערע אויגן, און פלוצלונג זענען זיי זעענדיק געווארן, און האבן אים נאכגעפאלגט.

און זיי זענען געקומען קיין בית-צידה. און מען האט געברענגט צו אים א בלינדן, און אים געבעטן, אז ער זאל אים אנרירן. און ער האט אנגענומען דעם בלינדן ביי דער האנט, און אים ארויסגעפירט אויסער דעם דארף; האט אים ארויפגעשפיגן אויף די אויגן, און ארויפגעלייגט די הענט אויף אים, און אים געפרעגט, צי ער זעט עפעס. און ער האט א בליק געטאן און געזאגט: איך זע די מענטשן; אז ווי ביימער זע איך זיי ארומגיין! נאך דעם האט ער ווידער ארויפגעלייגט די הענט אויף זיינע אויגן; און ער האט שארף געקוקט, און איז געהיילט געווארן, און האט אלץ געזען קלאר אפילו פונדערווייטנס. און ער האט אים אוועקגעשיקט אהיים, און געזאגט: אין דעם דארף זאלסטו אפילו נישט אריינגיין!

און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען פון די גרענעצן פון צור, און איז געגאנגען דורך צידון צום ים פון גליל, אינמיטן פון די גרענעצן פון די צען שטעט. און מען האט געברענגט צו טראגן צו אים איינעם, וואס איז געווען טויב און האט געשטאמלט; און מען האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויפלייגן אויף אים די האנט. און ער האט אים אוועקגענומען פון דעם המון מענטשן אויף א זייט, האט אריינגעלייגט זיינע פינגער אין זיינע אויערן אריין, און האט אויסגעשפיגן און אנגערירט זיין צונג; און ארויפבליקנדיק צום הימל, האט ער געגעבן א זיפץ, און זאגט צו אים; אפתח! דאס הייסט מאך דיך אויף! און זיינע אויערן האבן זיך אויפגעעפנט, און גלייך האט זיך דאס באנד פון זיין צונג לויז געמאכט, און ער האט ריכטיג גערעדט. און ער האט זיי באפוילן אז זיי זאלן עס קיינעם נישט זאגן; אבער וואס מער ער האט זיי באפוילן, אלץ מער האבן זיי עס פארשפרייט. און זיי זענען געווען אויסער זיך פון שטוינען, און האבן געזאגט: ער האט אלץ וואויל געטאן; אפילו די טויבע מאכט ער הערן, און די שטומע רעדן!

און זיי קומען קיין יריחו. און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון יריחו, מיט זיינע תלמידים און אן אנגעזעענעם המון מענטשן, איז טימיס זון, בר-טימי, א בלינדער בעטלער, געזעסן ביים וועג. און הערנדיק, אז עס איז יהושע/ישוע פון נצרת, האט ער אנגעהויבן צו שרייען, און זאגן: בן דוד, יהושע/ישוע, האב רחמנות אויף מיר! און א סך האבן אנגעשריגן אויף אים, כדי ער זאל שווייגן; ער אבער האט נאך פיל מער געשריגן: בן דוד, האב רחמנות אויף מיר! און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט, און געזאגט: רופט אים. און זיי רופן דעם בלינדן, און זאגן צו אים: זיי געטרייסט; שטיי אויף, ער רופט דיך! און ער האט אוועקגעווארפן זיין מלבוש, און זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס, און איז געקומען צו יהושען/ישוען. און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: וואס ווילסטו, אז איך זאל דיר טאן? און דער בלינדער האט צו אים געזאגט: רבוני, אז איך זאל זעענדיק ווערן! און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי; דיין גלויבן האט דיר געהאלפן! און תיכף איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט אויפן וועג. (ישעיהו מב, ו-ז.)

און עס איז געשען, בשעת ער האט זיך דערנענטערט קיין יריחו, איז איינער א בלינדער געזעסן ביים וועג און געבעטלט. און היות ער האט געהערט א המון מענטשן פארבייגיין, האט ער זיך געפרעגט, וואס עס איז. און מען האט אים געזאגט, אז יהושע/ישוע פון נצרת גייט פארביי. און ער האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע בן דוד, האב רחמנות אויף מיר! און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, האבן אנגעשריגן אויף אים, אז ער זאל שווייגן; ער אבער האט נאך פיל מער געשריגן; בן דוד, האב רחמנות אויף מיר! און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט און באפוילן מען זאל אים ברענגען צו אים. און ווי ער האט זיך דערנענטערט, האט ער אים געפרעגט: וואס ווילסטו איך זאל טאן פאר דיר? און ער האט געזאגט: האר, אז איך זאל ווערן זעענדיק! און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט; באקום דיין זעענדיק! דיין גלויבן האט דיר געהאלפן! און תיכף ומיד איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט, לויבנדיק ה׳; און דאס גאנצע פאלק, וואס האט דאס געזען, האט אפגעגעבן א שבח צו ה׳.

און פארבייגייענדיק האט ער געזען א מענטשן, א בלינדן פון דער געבורט אָן. און זיינע תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן; רבי, ווער האט געזינדיקט, דער דאזיקער אדער זיינע עלטערן, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד? האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט ער האט געזינדיקט, נישט די עלטערן זיינע; נאר כדי די מעשים פון ה׳ זאלן אנטפלעקט ווערן אין אים. מיר מוזן טאן די מעשים פון אים, וואס האט מיך געשיקט, כל זמן עס איז טאג; די נאכט קומט אָן, ווען קיינער קען נישט ארבעטן. בשעת איך בין אין דער וועלט, בין איך דאס ליכט פון דער וועלט. דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעשפיגן אויף דער ערד און געמאכט ליים פון דעם שפייעכץ און אים באשמירט די אויגן מיט דעם ליים, און האט צו אים געזאגט: גיי, וואש דיך אין טייך שילוח, (פארטייטשט הייסט עס, געשיקט). ער איז דעריבער אוועקגעגאנגען, און האט זיך געוואשן, און איז צוריקגעקומען זעענדיק.

Curas de paralíticos e enfermos

Paralíticos caminharam, leprosos ficaram limpos e todo tipo de doença foi curada pelo toque e pela palavra de Jesus.

און זע, א מצורעדיקער איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: האר, אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן. און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, און האט אים אנגערירט, אזוי צו זאגן: איך וויל; זיי גערייניקט! און גלייך איז ער ריין געווארן פון זיין צרעת. און יהושע/ישוע זאגט צו אים: היט דיך, אז דו זאלסט עס קיינעם נישט אויסזאגן; נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב דאס קרבן, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי!

און זע, מען האט געברענגט צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געלעגן אויף א בעט. און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט צום פאראליזשירטן: זיי געטרייסט, מיין קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! און זע, אייניקע פון די סופרים האבן זיך געטראכט: דער דאזיקער לעסטערט. און זעענדיק זייערע געדאנקען, האט יהושע/ישוע געזאגט: פארוואס טראכט איר בייז אין אייערע הערצער? מחמת וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי? נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינדזאגט ער דעמאלט צו דעם פאראליזשירטןשטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים! און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק אהיים.

און זע, דארט איז געווען א מענטש מיט א פארדארטער האנט. און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: מעג מען שבת היילן? כדי זיי זאלן קענען אים באשולדיקן. ער אבער האט צו זיי געזאגט: וועלכער איז דער מענטש צווישן אייך, וואס וועט האבן איין שאף, און אויב די דאזיקע וועט שבת אריינפאלן אין א גרוב, וועט ער זי דען נישט אנכאפן, און ארויסשלעפן? און וויפל איז א מענטש מער ווערט ווי א שאף! דעריבער מעג מען שבת טאן גוטס. דעמאלט זאגט ער צו דעם מענטשן: שטרעק אויס דיין האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זי איז ווידער געווארן געזונט ווי די אנדערע.

שמעונס שוויגער אבער איז געלעגן קראנק מיט א פיבער; און זיי האבן אים תיכף געזאגט וועגן איר. און ער איז צוגעגאנגען און האט זי אנגענומען ביי דער האנט, און זי אויפגעשטעלט; און דאס פיבער איז פון איר אוועק, און זי האט זיי באדינט.

און א מצורע איז געקומען צו אים, האט אים געבעטן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני און געזאגט צו אים: אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן! און ער האט זיך דערבארעמט, האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און זאגט צו אים: איך וויל; זיי ריין! און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק, און ער איז געווארן ריין.

און אייניקע זענען געקומען, ברענגענדיק צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געטראגן געווארן פון פיר. און נישט קענענדיק אים צוברענגען צו אים צוליב דעם המון מענטשן, האבן זיי אראפגעריסן דעם דאך וואו ער איז געווען, און נאך דעם ווי זיי האבן דורכגעבראכן, האבן זיי אראפגעלאזט דאס בעט, אויף וועלכן דער פאראליזשירטער איז געלעגן. און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער גלויבן, זאגט ער צום פאראליטיקער: קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! עס זענען אבער דארט געזעסן אייניקע פון די סופרים, וואס האבן נאכגעטראכט אין זייערע הערצער, פארוואס רעדט ער אזוי? ער לעסטערט דאך! ווער קען מוחל זיין זינד אחוץ נאר ה׳ אליין? און גלייך דערוויסנדיק זיך אין זיין גייסט, אז זיי האבן אזוי געטראכט, זאגט ער צו זיי: פארוואס טראכט איר די דאזיקע זאכן אין אייערע הערצער? וואס איז לייכטער: צו זאגן צום פאראליזשירטן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי? כדי אבער איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות מוחל צו זיין זינד אויף דער ערדזאגט ער צום פאראליזשירטן: דיר זאג איך: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים! און ער איז אויפגעשטאנען, און האט באלד גענומען דאס בעט און איז ארויסגעגאנגען פאר אלעמען, אזוי אז אלע זענען געווען אויסער זיך פון דערשטוינונג, און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: נאך קיינמאל האבן מיר אזעלכעס נישט געזען!

און ער איז ווידער אריינגעגאנגען אין שול; און עס איז דארטן געווען א מענטש, וואס האט געהאט א פארדארטע האנט. און זיי האבן געלויערט אויף אים, צי ער וועט אים שבת היילן, כדי זיי זאלן אים אנקלאגן. און ער זאגט צו דעם מענטשן, וואס האט געהאט די פארדארטע האנט: שטיי אויף און שטעל דיך אין דער מיטן! און זאגט צו זיי; צי מעג מען שבת טאן גוטס, אדער טאן שלעכטס? ראטעווען א נפש, אדער טייטן? זיי אבער האבן געשוויגן. און ער האט זיך ארומגעקוקט אויף זיי מיט צארן, זייער באטריבט איבער דער שטיינהארטקייט פון זייערע הארץ, און זאגט צו דעם מענטשן: שטרעק אויס די האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן.

און עס איז געשען, בעת ער איז געווען אין איינער פון די שטעט, זע, עס איז געווען א מאן פול צרעת; און ווי ער האט געזען יהושען/ישוען, איז ער אנידערגעפאלן אויפן פנים, האט אים געבעטן און געזאגט: האר, אויב דו זאלסט וועלן, קענסטו מיך מאכן ריין!

און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און געזאגט: איך וויל, זיי ריין! און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק.

און זע, מענער האבן געטראגן אויף א בעט א מענטשן, וועלכער איז געווען פאראליזשירט; און האבן געזוכט אים אריינצוברענגען, און צו לייגן פאר אים. און נישט געפינענדיק (קיין מעגלעכקייט) וויאזוי זיי זאלן אים אריינברענגען צוליב דעם המון מענטשן, זענען זיי ארויפגעשטיגן אויפן דאך, און האבן אים אראפגעלאזט דורך די שינדלען מיט דעם בעטל אין דער מיט פאר יהושען/ישוען. און ווען יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט: מענטש, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! און די סופרים און די פרושים האבן אנגעהויבן נאכצוטראכטן, אזוי צו זאגן: ווער איז ער דאס, וואס רעדט ארויס לעסטערונגען? ווער קען דאס מוחל זיין זינד, אחוץ ה׳ אליין? יהושע/ישוע האט אבער איינגעזען זייערע מחשבות, און האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: פארוואס טראכט איר נאך אין אייערע הערצער? וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן, אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי? נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינדהאט ער געזאגט צום פאראליטיקערדיר זאג איך, שטיי אויף און נעם דיין בעטל און גיי אהיים! און אין אן אויגנבליק איז ער אויפגעשטאנען פאר זיי, האט גענומען דאס (בעטל) אויף וועלכן ער איז געלעגן, און איז אוועק אהיים לויבנדיק ה׳.

און עס איז געשען אן אנדערן שבת, אז ער איז אריינגעגאנגען אין א שול און האט געלערנט; און דארט איז געווען א מענטש, וועמעס רעכטע האנט איז געווען פארדארט. און די סופרים און די פרושים האבן גוט אכטונג געגעבן אויף אים, אויב ער וועט שבת היילן, כדי זיי זאלן געפינען עפעס אים אנצוקלאגן. ער אבער האט געקענט זייערע געדאנקען; און האט געזאגט צום מאן, מיט דער פארדארטער האנט: הויב דיך אויף און שטעל דיך אין דער מיט! און ער איז אויפגעשטאנען און זיך געשטעלט. און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך וועל אייך פרעגן: צי מעג מען שבת טאן גוטס אדער טאן שלעכטס, ראטעווען א נפש, אדער אומברענגען? און ארומקוקנדיק זיך אויף זיי אלע, האט ער געזאגט צו אים: שטרעק אויס דיין האנט! און ער האט עס געטאן, און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן.

נאך דעם ווי ער האט געענדיקט די אלע רייד זיינע אין די אויערן פון דעם פאלק, איז ער אריינגעגאנגען קיין כפר-נחום.

און א געוויסן אפיצירס א קנעכט, וועלכער איז געווען ביי אים טייער געשעצט, איז געלעגן קראנק און געהאלטן ביים שטארבן. און הערנדיק וועגן יהושען/ישוען, האט ער געשיקט צו אים זקנים פון די יידן אים צו בעטן, אז ער זאל קומען היילן דעם קנעכט זיינעם. און ווען זיי זענען געקומען צו יהושען/ישוען, האבן זיי אים זייער געבעטן, אזוי צו זאגן: ער איז ווערט, אז דו זאלסט טאן דאס דאזיקע פאר אים; ווארום ער האט ליב אונדזער פאלק, און די שול האט ער אליין אונדז געבויט. איז יהושע/ישוע געגאנגען מיט זיי. און ווען זיי זענען שוין נישט געווען ווייט פון דעם הויז, האט דער אפיציר געשיקט פריינד, אזוי צו זאגן צו אים: האר, באמי דיך נישט; ווארום איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך; צוליב דעם האב איך מיך אליין נישט געהאלטן פאר ראוי צו קומען צו דיר. נאר זאג א ווארט, און מיין קנעכט וועט געזונט ווערן! ווארום אויך איך בין א מענטש, וואס איז געשטעלט אונטער מאכט, און האב אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם דאזיקן: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום! און ער קומט; און צו דעם קנעכט מיינעם: טו דאס! און ער טוט עס. און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט איבער אים, און האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו דעם המון מענטשן, וואס האט אים נאכגעפאלגט: איך זאג אייך, נישט אפילו אין ישראל האב איך געפונען אָט אזא אמונה! און ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט אהיים, האבן זיי געפונען דעם קנעכט געזונט.

און זע, דארט איז געווען א פרוי, וואס האט געהאט א גייסט פון קראנקייט אכצן יאר לאנג, און זי איז געווען צוזאמענגעקרימט און האט זיך נישט געקענט אויפשטעלן גלייך. און ווי יהושע/ישוע האט זי דערזען, האט ער זי צוגערופן און צו איר געזאגט: פרוי, דו ביסט באפרייט פון דיין קראנקייט! און האט ארויפגעלייגט אויף איר די הענט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעריכט געווארן און האט געלויבט ה׳.

און עס איז געשען, ווען ער איז א שבת אריינגעגאנגען אינם הויז פון איינעם פון די הויפט פרושים, כדי צו עסן ברויט, און זיי האבן געלויערט אויף אים. און זע, א מענטש, א וואסער געשווילעכץ, איז געווען פאר אים. און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו די חכמי התורה און פרושים, אזוי צו זאגן: צי מעג מען שבת היילן אדער נישט? זיי אבער האבן געשוויגן. און ער האט אים גענומען און געהיילט און האט אים אוועקגעשיקט.

און עס איז געשען, אויף דער נסיעה קיין ירושלים, אז ער איז דורכגעגאנגען דורך דער מיט פון שומרון און גליל. און בשעת ער איז אריינגעקומען אין א געוויס דארף אריין, האבן אים באגעגענט צען מצורעים, וועלכע זענען געשטאנען פונדערווייטנס; און האבן אויפגעהויבן זייער קול, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע, האר, האב רחמנות אויף אונדז! און ווי ער האט זיי דערזען, האט ער צו זיי געזאגט: גייט, ווייזט זיך צו די כהנים! און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען, זענען זיי ריין געווארן. איינער אבער פון זיי, זעענדיק אז ער איז געהיילט געווארן, האט זיך אומגעקערט און געלויבט ה׳ מיט א הויך קול, און איז אנידערגעפאלן אויפן פנים פאר זיינע פיס, און האט אים געדאנקט; און ער איז געווען א שומרוני. און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: צי זענען דען נישט די צען ריין געווארן? וואו אבער זענען די ניין? צי האט זיך נישט געפונען קיינער, וואס האט זיך אומגעקערט אפצוגעבן כבוד צו ה׳, אחוץ דער דאזיקער נכרי? און ער האט געזאגט צו אים: שטיי אויף און גיי; דיין אמונה האט דיך געראטעוועט!

נאך דעם איז געווען א יידישער יום טוב, און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.

און אין ירושלים ביים שער הצאן איז דא א טייך, וואס הייסט אויף לשון קודש בית-חסדא, און האט פינף זאלן. אין די דאזיקע איז געלעגן א מאסע קראנקע, בלינדע, הינקענדיקע, אויסגעצערטע, (וואס האבן געווארט, אז דאס וואסער זאל זיך באוועגן; ווארום פון צייט צו צייט פלעגט אראפקומען א מלאך פון דעם האר (ג-ט) אין דעם טייך אריין און באוועגן דאס וואסער; דעריבער ווער עס איז אריינגעגאנגען דער ערשטער נאך דער באוועגונג פונם וואסער, דער איז געזונט געווארן, פון יעדער קראנקייט וואס ער האט נאר געהאט.) און דארט איז געווען א מענטש, וואס איז קראנק געווען אכט און דרייסיק יאר לאנג. ווען יהושע/ישוע האט געזען דעם דאזיקן ליגן, און האט זיך דערוואוסט, אז ער ליגט שוין דארט א לאנגע צייט, זאגט ער צו אים: ווילסט געזונט ווערן? האט דער חולה אים געענטפערט: האר, איך האב נישט קיין מענטשן, מיך אריינצואווארפן אין טייך אריין, ווען דאס וואסער ווערט באוועגט; נאר בשעת איך קום, גייט אן אנדערער אראפ פאר מיר. זאגט יהושע/ישוע צו אים: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי. און גלייך איז דער מענטש געזונט געווארן, און האט גענומען זיין בעט, און איז ארומגעגאנגען. און יענער טאג איז געווען א שבת.

און ער איז ווידעראמאל געקומען קיין קנה פון גליל, וואו ער האט געמאכט פון דעם וואסער וויין. און עס איז געווען א געוויסער קעניגלעכער באאמטער, וועמעס זון איז געלעגן קראנק אין כפר-נחום. ווי דער דאזיקער האט געהערט, אז יהושע/ישוע איז אנגעקומען פון יהודה קיין גליל, איז ער אוועק צו אים, און אים געבעטן, אז ער זאל אראפגיין און היילן זיין זון; ווייל ער האט געהאלטן ביים שטארבן. און יהושע/ישוע האט געזאגט צו אים: אויב איר זעט נישט קיין אותות ומופתים, ווילט איר בשום אופן נישט גלויבן. זאגט דער קעניגלעכער באאמטער צו אים: האר, קום אראפ, איידער מיין קינד שטארבט. זאגט יהושע/ישוע צו אים: גיי, דיין זון לעבט! דער מענטש האט געגלויבט אין דעם ווארט, וואס יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט, און איז געגאנגען. און בשעת ער איז אראפגעגאנגען, האבן אים זיינע קנעכט באגעגענט, און געזאגט, אז זיין יינגל לעבט. ער האט זיך דעריבער נאכגעפרעגט ביי זיי די שעה, אין וועלכער עס איז אים בעסער געווארן. האבן זיי אים געזאגט: נעכטן אין דער זיבעטער שעה האט דאס פיבער אים פארלאזט. דער פאטער האט דעריבער געוואוסט, אז עס איז געווען אין יענער שעה, איז וועלכער יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: דיין זון לעבט; און ער האט געגלויבט און דאס גאנצע הויז זיינס. דאס דאזיקע איז שוין דאס צווייטע נס, וואס יהושע/ישוע האט געטאן, ווען ער איז געקומען פון יהודה קיין גליל.

A mulher com fluxo de sangue

Uma mulher que sofria há doze anos tocou a orla do manto de Jesus e foi curada instantaneamente pela sua fé.

און זע, א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט גאנג צוועלף יאר לאנג, איז צוגעקומען פון הינטן, און האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש. מחמת זי האט צו זיך געזאגט: אויב איך וועל נאר אנרירן זיין מלבוש, וועל איך געהאלפן ווערן. און יהושע/ישוע האט זיך אויסגעדרייט און זעענדיק זי, האט ער געזאגט: זיי געטרייסט, מיין טאכטער, דיין אמונה האט דיך געראטעוועט! און די פרוי איז געזונט געווארן פון יענער שעה אָן.

און א פרוי, וואס האט געליטן פון א בלוט פלוס צוועלף יאר לאנג, און האט זייער פיל געליטן פון א סך דאקטוירים, און אויסגעגעבן אלץ וואס זי האט געהאט, און עס האט איר גארנישט געהאלפן, נאר עס איז איר נאך ערגער געווארן, האבנדיק געהערט וועגן יהושען/ישוען, איז זי געקומען צווישן דעם המון מענטשן פון הינטן, און האט אנגערירט זיין מלבוש. ווארום זי האט זיך געטראכט: אויב איך וועל אנרירן בלויז זיינע מלבושים, וועל איך געהאלפן ווערן! און גלייך האט זיך פארטריקנט דער קוואל פון איר בלוט; און זי האט געפילט אין איר קערפער, אז זי איז געהיילט געווארן פון דער פלאג.

און א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט פלוס שוין צוועלף יאר לאנג, וועלכע האט אויסגעגעבן איר גאנץ פארמעגן אויף רופאים, און האט פון קיינעם נישט געקענט געהיילט ווערן, איז געקומען פון הינטן, האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש, און פלוצלונג האט דער פלוס פון איר בלוט זיך אפגעשטעלט. און יהושע/ישוע האט געזאגט: ווער האט מיך אנגערירט? און ווען אלע האבן געלייקנט, האט פעטרוס געזאגט: האר, די המונים דרענגען זיך ארום דיר און שטויסן דיך דאך. יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: עמיצער האט מיך אנגערירט; ווארום איך ווייס, אז א כוח איז פון מיר ארויסגעגאנגען! און ווי די פרוי האט געזען, אז עס איז נישט געבליבן פארהוילן, איז זי ציטערנדיק געקומען און אנידערגעפאלן פאר אים און האט דערציילט פארן גאנצן פאלק, צוליב וועלכער סיבה זי האט אים אנגערירט, און וויאזוי זי איז פלוצלונג געהיילט געווארן. און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דער גלויבן דיינער האט דיר געהאלפן; גיי לשלום!

Ressurreições

Jesus ressuscitou mortos — a filha de Jairo, o filho da viúva de Naim e Lázaro. Ele é Senhor sobre a morte.

בעת ער האט דאס צו זיי גערעדט, זע, א שר איז געקומען, און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: מיין טאכטער איז נאר וואס געשטארבן; נאר קום און לייג דיין האנט אויף איר, און זי וועט לעבן. און יהושע/ישוע איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט מיט זיינע תלמידים.

און ווען יהושע/ישוע איז אריינגעקומען אין הויז פון דעם שר, און האט געזען די פלייטשפילער, און דאס געטומל פון דעם המון, האט ער געזאגט: גייט אוועק! מחמת דאס מיידעלע איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר. און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים. ווען אבער דער עולם איז דערווייטערט געווארן, איז ער אריינגעגאנגען, און האט זי אנגענומען ביי דער האנט; און דאס מיידעלע האט זיך אויפגעהויבן.

און עס קומט איינער פון די גבאים פון דער שול, יאיר האט ער געהייסן, און זעענדיק אים, פאלט ער אנידער פאר זיינע פיס, און בעט אים זייער פיל, אזוי צו זאגן: מיין טעכטערל האלט ביי יציאת נשמה; קום לייג ארויף דיינע הענט אויף איר, כדי זי זאל געראטעוועט ווערן, און לעבן! און ער איז געגאנגען מיט אים, און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, און אים געשטופט.

און זיי קומען צו דעם גבאיס הויז; און ער זעט א געטומל, און מען וויינט און קלאגט זייער פיל. און אריינגייענדיק זאגט ער צו זיי: וואס טומלט איר און וויינט? דאס קינד איז דאך נישט געשטארבן, עס שלאפט נאר. און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים. ער אבער, נאך דעם ווי ער האט אלע ארויסגעטריבן, נעמט ער דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער, און די וואס זענען געווען מיט אים, און גייט אריין וואו דאס קינד איז געווען. און ער האט אנגענומען דאס קינד ביי דער האנט, און האט צו איר געזאגט: טליתא קומי! וואס פארטייטשט איז דאס: מיידעלע (איך זאג דיר) שטיי אויף! און דאס מיידעלע איז גלייך אויפגעשטאנען, און איז ארומגעגאנגען; ווארום זי איז שוין אלט געווען צוועלף יאר. און זיי זענען תיכף דערשטוינט געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג.

צו וועמען זשע זאל איך פארגלייכן די מענטשן פון דעם דאזיקן דור, און צו וועמען זענען זיי גלייך? זיי זענען גלייך צו קינדער, וואס זיצן אויפן מארק, און רופן איינס צום אנדערן און זאגן: מיר האבן געשפילט פאר אייך, און איר האט נישט געטאנצט; מיר האבן געקלאגט, און איר האט נישט געוויינט. ווארום יוחנן (פון דער ירדן מקווה) איז געקומען און האט נישט געגעסן קיין ברויט און נישט געטרונקען קיין וויין; און איר זאגט: ער האט א בייזן גייסט! דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און איר זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים! און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט אין אלע אירע קינדער.

און איינער פון די פרושים האט אים פארבעטן, צו עסן מיט אים. און ער איז אריינגעגאנגען אין דעם פרושס הויז, און האט זיך געזעצט צום טיש. און זע, אין דער שטאט איז געווען א געוויסע זינדיקע פרוי; און דערוויסנדיק זיך, אז ער זיצט צום טיש אין דעם פרושס הויז, האט זי געברענגט אן אלאבאסטער פלאש מיט מירע אייל,

און זע, עס איז געקומען א מאן מיטן נאמען יאיר, א גבאי פון דער שול איז ער געווען; און איז אנידערגעפאלן פאר ישועס פיס און האט אים געבעטן, אז ער זאל אריינגיין אין זיין הויז. ווייל ער האט געהאט אן איין איינציקע טאכטער קנאפע צוועלף יאר אלט, און זי האט געהאלטן ביים שטארבן. און בשעת ער איז אהינגעגאנגען האבן די המונים מענטשן זיך געדרענגט ארום אים.

בשעת ער האט נאך גערעדט, איז עמיצער געקומען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז שוין געשטארבן; באמי מער נישט דעם רבין. און אז יהושע/ישוע האט עס געהערט, האט ער געענטפערט צו אים: האב נישט קיין מורא; גלויב נאר און זי וועט געראטעוועט ווערן! און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, האט ער קיינעם נישט אריינגעלאזט מיט אים אחוץ פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער. און אלע האבן געוויינט און געקלאגט איבער איר; ער אבער האט געזאגט: וויינט נישט, זי איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר. און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז זי איז יא געשטארבן. ער אבער האט זי אנגענומען ביי דער האנט און האט גערופן, אזוי צו זאגן: קינד, שטיי אויף! און איר גייסט האט זיך אומגעקערט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעשטאנען; און ער האט באפוילן, מען זאל איר געבן צו עסן. און אירע עלטערן זענען דערשטוינט געווארן; ער אבער האט זיי אנגעזאגט, קיינעם נישט צו זאגן, וואס עס איז געשען.

און עס איז איינער געלעגן קראנק, אלעזר פון בית-היני, דאס דארף פון מרים און איר שוועסטער מרתא. און די מרים איז עס געווען, וואס האט געזאלבט דעם האר מיט טייער זאלב, און אים אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר, וועמעס ברודער אלעזר איז געלעגן קראנק. די שוועסטער האבן דעריבער געשיקט צו אים, אזוי צו זאגן: האר, זע, ער וועמען דו האסט ליב, ליגט קראנק. און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די דאזיקע קראנקייט איז נישט צום טויט, נאר צום כבוד פון ה׳, כדי דער זון פון דער אויבערשטער זאל פארהערלעכט ווערן דורך איר. און יהושע/ישוע האט ליב געהאט מרתאן און איר שוועסטער און אלעזרן. און ווען ער האט געהערט, אז ער ליגט קראנק, איז ער דעמאלט נאך פארבלייבן צוויי טעג אויף דעם ארט, וואו ער איז געווען. דערנאך האט ער ערשט געזאגט צו די תלמידים: לאמיר ווידער גיין קיין יהודה. זאגן די תלמידים צו אים: רבי, איצט האבן די יידן דיך געזוכט צו שטייניקן, און דו גייסט ווידער דארטן אהין? האט יהושע/ישוע געענטפערט: צי האט דען נישט דער טאג צוועלף שעה? ווער עס גייט ארום בייטאג, דער שטרויכלט נישט, ווייל ער זעט דאס ליכט פון דער דאזיקער וועלט. ווער אבער עס גייט ארום ביינאכט, דער שטרויכלט, ווייל דאס ליכט איז נישט אין אים. דאס האט ער גערעדט, און נאך דעם זאגט ער צו זיי: אלעזר, אונדזער פריינד איז אנטשלאפן געווארן; נאר איך גיי, כדי אים אויפצוועקן פון שלאף. די תלמידים האבן דעריבער געזאגט צו אים: אויב ער איז איינגעשלאפן, וועט ער גענעזן ווערן. יהושע/ישוע אבער האט גערעדט וועגן זיין טויט; און זיי האבן געמיינט, אז ער רעדט וועגן דעם רואיקן שלומער פון שלאף. דעריבער האט יהושע/ישוע דעמאלט צו זיי געזאגט גאנץ אפן: אלעזר איז געשטארבן.

Domínio sobre a natureza

Jesus acalmou a tempestade, andou sobre as águas e multiplicou pães. A natureza obedece à voz do seu Criador.

און ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און זיינע תלמידים האבן אים נאכגעפאלגט. און זע, עס איז געווארן א גרויסער שטורמווינט אויפן ים, אז דאס שיפל איז אזש באדעקט געווארן פון די כוואליעס; ער אבער איז געשלאפן. און זיי זענען געקומען צו אים, און האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן: האר, ראטעווע; מיר קומען אום! און ער זאגט צו זיי: וואס זענט איר אזוי אנגעשראקן, איר קליינגלויביקע? דאן איז ער אויפגעשטאנען, און האט אנגעשריגן די ווינטן און דעם ים; און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט. און די מענטשן האבן זיך געוואונדערט, און האבן געזאגט: וואס איז דאס פאר א מאן, אז סיי די ווינטן סיי דער ים געהארכן אים?

און אנטקעגן אוונט זענען די תלמידים געקומען צו אים, און האבן געזאגט; דאס איז א וויסט ארט, און די שעה איז שוין פארביי; לאז דעריבער אפ די מאסן מענטשן, כדי זיי זאלן גיין אין די דערפער אריין, און זיך קויפן שפייז. יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: זיי האבן נישט נייטיק אוועקצוגיין; גיט איר זיי צו עסן! זאגן זיי צו אים: מיר האבן דא גארנישט אחוץ פינף לעבלעך ברויט, און צוויי פיש. און ער האט געזאגט: ברענגט זיי אהער צו מיר. און ער האט באפוילן די המונים מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויפן גראז; און האט גענומען די פינף לעבלעך ברויט, און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל און געמאכט א ברכה, און האט צעבראכן און געגעבן די תלמידים די ברויטן, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן. און אלע האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן, און זיי האבן אויפגעהויבן, וואס איז איבערגעבליבן פון די ברעקלעך, צוועלף קערב פול. און די, וואס האבן געגעסן, זענען געווען אן ערך פינף טויזנט מענער, אחוץ פרויען און קינדער.

און אין דעם פערטן משמר פון דער נאכט איז ער געקומען צו זיי, גייענדיק אויפן ים.

און יהושע/ישוע האט צו זיך גערופן זיינע תלמידים, און געזאגט: איך בין אינערלעך גערירט איבער דעם המון מענטשן, ווייל זיי זענען שוין דריי טעג מיט מיר און האבן נישט וואס צו עסן; און איך וויל נישט זיי אוועקשיקן פאסטנדיק, טאמער וועלן זיי אויסגיין אויפן וועג. און די תלמידים זאגן צו אים: פונוואנען זאלן מיר נעמען אין דער מדבר אזויפיל ברויט, אזש צו זעטיקן אזא מאסע מענטשן? און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: וויפל לעבלעך ברויט האט איר? און זיי האבן געזאגט: זיבן, און אייניקע קליינע פישלעך. און ער האט באפוילן דעם המון זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד; און גענומען די זיבן לעבלעך ברויט און די פיש; האט געמאכט א ברכה און זיי צובראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן. און אלע האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן; און וואס איז איבערגעבליבן פון די ברעקלעך האט מען אויפגעהויבן, זיבן גרויסע קערב. און די, וואס האבן געגעסן, זענען געווען פיר טויזנט מענער, אחוץ פרויען און קינדער.

און ווען זיי זענען געקומען קיין כפר-נחום, זענען די איינמאנער פון דעם האלבן שקל צוגעקומען צו פעטרוסן, און געזאגט: אייער רבי צאלט נישט דעם האלבן שקל? זאגט ער: יא! און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, איז יהושע/ישוע אים אנטקעגנגעקומען, זאגנדיק: וואס מיינסטו, שמעון? די מלכים פון דער ערד, פון וועמען נעמען זיי שטייערן אדער צינזן? פון זייערע קינדער, אדער פון פרעמדע? און ווען ער האט געזאגט: פון פרעמדע, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אזוי זענען די קינדער פריי! נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין מיכשול פאר זיי, גיי צום ים, און ווארף אריין א ווענטקע, און נעם דעם ערשטן פיש, וואס וועט ארויפקומען; און ווען דו וועסט אויפעפענען זיין מויל, וועסטו געפינען א זילבערנע מטבע (א סטאטער); נעם זי, און גיב זי פאר מיר און פאר דיר.

און אינדערפרי, אומקערנדיק זיך אין שטאט אריין, איז ער הונגעריק געווארן. און זעענדיק אן איינציקן פייגנבוים ביים וועג, און איז צוגעגאנגען צו אים, און האט גארנישט געפונען אויף אים אחוץ בלעטער אליין; און ער זאגט צו אים: עס זאל מער נישט וואקסן אויף דיר קיין פירות ביז אויף אייביק! און דער פייגנבוים איז באלד פארדארט געווארן. און ווען די תלמידים האבן עס געזען, האבן זיי זיך געוואונדערט, און געזאגט: ווי איז דער פייגנבוים אזוי פלוצלונג פארטריקנט געווארן! יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: ווען איר זאלט האבן אמונה, און נישט צווייפלען, וועט איר טאן נישט נאר דאס מיט דעם פייגנבוים, נאר אפילו אויב איר וועט זאגן צו דעם דאזיקן בארג: הייב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין, וועט עס געשען. און אלץ, וואס איר וועט בעטן אין תפילה, אויב איר וועט גלויבן, וועט איר עס באקומען.

און עס הויבט זיך אויף א גרויסער שטורמווינט, און די כוואליעס האבן זיך געווארפן אויפן שיפל, אזוי אז דאס שיפל האט זיך שוין געהאט כמעט אנגעפילט. און ער אליין איז געווען אין דעם הינטערן טייל, שלאפנדיק אויף דעם קישן; און זיי וועקן אים אויף און זאגן צו אים: רבי, עס ארט דיך גארנישט, אז מיר קומען אום? און ער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און געזאגט צום ים: שווייג, זיי שטיל! און דער ווינט האט אויפגעהערט, און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט. און ער האט צו זיי געזאגט: וואס זענט איר אזוי שרעקעוודיק? ווי, איר האט נאך אלץ נישט קיין גלויבן? און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט, און האבן געזאגט איינס צום אנדערן: ווער איז ער דאך, אז סאי דער ווינט סאי דער ים געהארכן אים?

און ווען עס איז שוין געווארן א שפעטע שעה, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, און האבן געזאגט: דאס איז א מדבריותדיק ארט, און די שעה איז שוין שפעט; לאז זיי אפ, כדי זיי זאלן גיין אין דער ארומיקער געגנט און דערפער, און זיך קויפן עפעס צו עסן. ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! און זיי האבן צו אים געזאגט: זאלן מיר גיין איינקויפן ברויט פאר צוויי הונדערט דינרים, און זיי געבן צו עסן? ער אבער האט צו זיי געזאגט: וויפל ברויט האט איר? גייט און זעט. און דערוויסנדיק זיך, האבן זיי געזאגט: פינף, און צוויי פיש. און ער האט זיי באפוילן, אז אלע זאלן זיך אנידערזעצן חברותאווייז אויפן גרינעם גראז. און זיי האבן זיך אנידערגעזעצט אין שורות, צו הונדערט, און צו פופציק. און ער האט גענומען די פינף ברויט און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געמאכט א ברכה, און צעבראכן די ברויטן; און האט זיי געגעבן צו די תלמידים, כדי זיי זאלן עס לייגן פאר זיי; אויך די צוויי פיש האט ער אויסגעטיילט צווישן אלע. און אלע האבן געגעסן און זענען זאט געווארן. און זיי האבן אויפגעהויבן פון די ברעקלעך צוועלף קערב פול, און פון די פיש. און די, וואס האבן געגעסן די ברויטן, זענען געווען פינף טויזנט מאן.

און זעענדיק ווי זיי פייניקן זיך מיטן רודערן, ווארום דער ווינט איז געווען אנטקעגן זיי, איז ער געקומען צו זיי, ארום דעם פערטן משמר פון דער נאכט, גייענדיק אויפן ים, און האט זיי געוואלט פארבייגיין; נאר ווי זיי האבן אים געזען ארומגיין אויפן ים, האבן זיי געמיינט, אז עס איז א געשפענסט, און האבן א געשריי געטאן; ווארום אלע האבן אים געזען, און האבן זיך דערשראקן. ער אבער האט תיכף גערעדט מיט זיי, און צו זיי געזאגט: זייט געטרייסט; איך בין עס; שרעקט זיך נישט! און ער איז איינגעשטיגן צו זיי אינם שיפל, און דער ווינט האט זיך בארואיקט. און זיי זענען אין זיך זייער דערשטוינט געווארן, איבער יעדער מאס;

אין יענע טעג, ווען עס איז ווידער געווען א גרויסע מאסע מענטשן, און זיי האבן נישט געהאט וואס צו עסן, האט ער גערופן צו זיך די תלמידים, און זאגט צו זיי: עס טוט מיר לייד אויף דער מאסע מענטשן, ווייל שוין דריי טעג זענען זיי ביי מיר געבליבן, און האבן נישט וואס צו עסן; און אויב איך זאל זיי לאזן גיין אהיים פאסטנדיק, וועלן זיי פארשמאכטן אונטערוועגנס; ווייל א טייל זענען געקומען פון ווייט. און זיינע תלמידים האבן אים געענטפערט: פונוואנען וועט מען דא אין דער מדבר קענען זעטיקן די דאזיקע מיט ברויט? און ער האט זיי געפרעגט: וויפל ברויטן האט איר? האבן זיי געזאגט: זיבן. און ער האט באפוילן דעם המון מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד; און האט גענומען די זיבן ברויטן, געמאכט א ברכה, האט זיי צעבראכן, און געגעבן צו זיינע תלמידים, אז זיי זאלן זיי אויסטיילן; און זיי האבן זיי צעטיילט (צווישן) דער מאסע מענטשן. און זיי האבן געהאט אייניקע קליינע פישלעך; און ווען ער האט געמאכט א ברכה, האט ער געהייסן מען זאל אויך די דאזיקע צעטיילן. און זיי האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן; און האבן אויפגעהויבן, פון די איבערגעבליבענע ברעקלעך, זיבן קערב. און עס זענען געווען אן ערך פיר טויזנט; און ער האט זיי אוועקגעשיקט.

און צומארגנס, ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען פון בית-היני, איז ער געווארן הונגעריק. און דערזעענדיק פונדערווייטנס א פייגנבוים, וואס האט געהאט בלעטער, איז ער אהינגעגאנגען, אפשר וועט ער עפעס געפינען אויף אים; און ווען ער איז צוגעקומען צו אים, האט ער גארנישט געפונען אחוץ בלעטער; ווארום עס איז נישט געווען דער זמן פון פייגן. און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: עס זאל מער ביז אויף אייביק קיינער נישט עסן פון דיר קיין פרי! און זיינע תלמידים האבן עס געהערט.

און ווען זיי זענען פארבייגעגאנגען אינדערפרי, האבן זיי געזען דעם פייגנבוים פארטריקנט ביז צו די ווארצלען. און פעטרוס האט זיך דערמאנט און זאגט צו אים: רבי, זע, דער פייגנבוים, וועלכן דו האסט פארפלוכט, איז פארדארט געווארן! און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: האט אמונה אין ה׳! באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט זאגן צום דאזיקן בארג: הויב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין! און וועט נישט זיין מסופק אין זיין הארצן, נאר וועט גלויבן, אז וואס ער זאגט וועט געשען, וועט עס (אזוי) זיין פאר אים. דערפאר זאג איך אייך: אלץ, אויף וואס איר וועט תפילה טאן און בעטן, גלויבט, אז איר האט עס באקומען, און עס וועט (אזוי) זיין צו אייך. און ווען איר האט זיך אוועקגעשטעלט און זענט מתפלל, זאלט איר מוחל זיין, אויב איר האט עפעס קעגן וועמען; כדי אויך אייער פאטער אין הימל זאל אייך מוחל זיין אייערע עבירות.

און עס איז געשען, בעת דער המון מענטשן האט זיך געדרענגט צו אים, כדי צו הערן ה׳ס ווארט, און ער איז געשטאנען ביים ים גניסרת; האט ער געזען צוויי שיפלעך ליגן ביים ים ברעג, און די פישער זענען אויסגעשטיגן פון זיי און האבן געוואשן די נעצן. איז ער איינגעשטיגן אין איינס פון די שיפלעך, וועלכעס האט געהערט שמעונען, און האט אים געבעטן אוועקצופארן אביסל פון דער יבשה; און האט זיך אנידערגעזעצט און געלערנט די המונים מענטשן אויס דעם שיפל ארויס. און ווען ער האט אויפגעהערט צו רעדן, האט ער געזאגט צו שמעונען; פאָר אריבער צו דער טיפעניש און לאזט אראפ אייערע נעצן צום פאנג! און ענטפערנדיק האט שמעון געזאגט: האר, דורך דער גאנצער נאכט האבן מיר געפראצעוועט, און גארנישט געכאפט; נאר אויף דיין ווארט וועל איך אראפלאזן די נעצן. און ווען זיי האבן דאס דאזיקע געטאן, האבן זיי געכאפט א גרויסע מענגע פיש; זייערע נעצן אבער האבן זיך צעריסן. און זיי האבן געמאכט צייכנס צו זייערע חברים אין דעם אנדערן שיפל, אז זיי זאלן קומען זיי העלפן; און זיי זענען געקומען און האבן אנגעפילט ביידע שיפלעך ביז צום זינקען. און זעענדיק דאס, איז שמעון פעטרוס אנידערגעפאלן אויף די קני פאר יהושען/ישוען, זאגנדיק: האר, גיי אוועק פון מיר, ווייל איך בין א זינדיקער מענטש! ווארום עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און אלע, וואס זענען געווען מיט אים איבער דעם פישפאנג, וואס זיי האבן געפאנגען, און אויך אזוי יעקבן און יוחנן, זבדיס זין, וואס זענען געווען שמעונס חברים. און יהושע/ישוע האט געזאגט צו שמעונען: האב נישט קיין מורא; פון איצט אָן וועסטו פאנגען מענטשן. און ברענגענדיק די שיפלעך צו דער יבשה, האבן זיי אלץ פארלאזט און אים נאכגעפאלגט.

און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל מיט זיינע תלמידים; און האט צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים; און זיי האבן זיך אוועקגעשיפט. בעת אבער זיי זענען געפארן, איז ער איינגעשלאפן; און א שטורמווינט האט אראפגענידערט אויפן ים, און דאס שיפל האט זיך אנגעפילט (מיט וואסער), און זיי זענען געווען אין סכנה. און זיי זענען צוגעקומען, האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן; האר, האר, מיר זענען פארלוירן! ער אבער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און די שטורמדיקע כוואליעס וואסער; און זיי האבן זיך געלייגט, און עס איז געווארן שטיל. און ער האט צו זיי געזאגט: וואו איז אייער אמונה? זיי אבער האבן זיך געפארכטן און געוואונדערט, און געזאגט איינער צום אנדערן: ווער איז ער דאך, ווייל סאי די ווינטן באפעלט ער סאי דאס וואסער, און זיי געהארכן אים?

און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל מיט זיינע תלמידים; און האט צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים; און זיי האבן זיך אוועקגעשיפט. בעת אבער זיי זענען געפארן, איז ער איינגעשלאפן; און א שטורמווינט האט אראפגענידערט אויפן ים, און דאס שיפל האט זיך אנגעפילט (מיט וואסער), און זיי זענען געווען אין סכנה. און זיי זענען צוגעקומען, האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן; האר, האר, מיר זענען פארלוירן! ער אבער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און די שטורמדיקע כוואליעס וואסער; און זיי האבן זיך געלייגט, און עס איז געווארן שטיל. און ער האט צו זיי געזאגט: וואו איז אייער אמונה? זיי אבער האבן זיך געפארכטן און געוואונדערט, און געזאגט איינער צום אנדערן: ווער איז ער דאך, ווייל סאי די ווינטן באפעלט ער סאי דאס וואסער, און זיי געהארכן אים?

און זיי האבן זיך אהינגעשיפט צום לאנד פון די גרגשים, וואס איז אנטקעגנאיבער גליל.

דער טאג אבער האט זיך שוין אנגעהויבן צו נייגן; און די צוועלף זענען צוגעקומען, און האבן געזאגט צו אים: לאז אפ דעם עולם מענטשן, כדי זיי זאלן אוועקגיין אין די ארומיקע דערפער און פעלדער איבערצונעכטיקן און צו געפינען שפייז; ווייל מיר זענען דא אויף אן איינזאם ארט. ער אבער האט צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! האבן זיי געזאגט: מיר האבן נישט מער ווי פינף ברויטן און צוויי פיש; סיידן מיר זאלן גיין איינקויפן שפייז פאר דעם דאזיקן גאנצן פאלק. ווארום עס זענען געווען קנאפע פינף טויזנט מענער. ער אבער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: מאכט זיי זיך אנידערצוזעצן אין חברותות, מער ווייניקער צו פיפציק. און זיי האבן אזוי געטאן און האבן אלעמען אויסגעזעצט. און ער האט גענומען די פינף ברויטן און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, געמאכט א ברכה און האט זיי צעבראכן און געגעבן צו די תלמידים צו לייגן פאר דעם המון מענטשן. און זיי האבן געגעסן און זענען אלע זאט געווארן; און מען האט אויפגעהויבן, פון די ברעקלעך (שיריים), וואס זענען איבערגעבליבן, צוועלף קערב (פול).

און דעם דריטן טאג איז געווען א חתונה אין קנה פון גליל; און ישועס מוטער איז דארטן געווען, און אויך יהושע/ישוע און זיינע תלמידים זענען פארבעטן געווארן אויף דער חתונה. און ווען עס האט אויסגעפעלט וויין, זאגט ישועס מוטער צו אים: זיי האבן נישט קיין וויין. און יהושע/ישוע זאגט צו איר: וואס האב איך מיט דיר, אשה? מיין שעה איז נאך נישט געקומען. זאגט זיין מוטער צו די סארווערס: וואס ער וועט אייך זאגן, זאלט איר טאן. און דארטן זענען געווען אוועקגעשטעלט זעקס שטיינערנע וואסערגעפעסן, לויטן מנהג פון וואשן זיך ביי יידן, יעדעס איינע האט אנטהאלטן צו צוויי אדער דריי עמער. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: פילט אָן די געפעסן מיט וואסער. און זיי האבן די דאזיקע אנגעפילט ביז ארויף. און ער זאגט צו זיי: איצט שעפט אָן און טראגט עס צו דעם, וואס זיצט אויבנאן. און זיי האבן עס געטראגן. ווי אבער דער, וואס איז געזעסן אויבנאן האט טועם געווען דאס וואסער, וואס איז געווארן וויין, און האט נישט געוואוסט פונוואנען עס איזדי סארווערס אבער, וואס האבן געשעפט דאס וואסער, האבן יא געוואוסטרופט דער, וואס איז געזעסן אויבנאן דעם חתן, און זאגט צו אים: יעדער מענטש שטעלט קודם כל אוועק דעם גוטן וויין, און ווען מען האט זיך שוין אנגעטרונקען, דעמאלט דעם ערגערן; און דו האסט באהאלטן דעם גוטן וויין ביז איצט. דעם דאזיקן אנהויב פון די נסים האט יהושע/ישוע געמאכט אין קנה פון גליל, און האט אנטפלעקט זיין הערלעכקייט, און זיינע תלמידים האבן אין אים געגלויבט.

דאס דאזיקע האט ער געזאגט, אויספרואוונדיק אים; ווארום ער אליין האט געוואוסט, וואס ער וועט טאן. פיליפוס האט אים געענטפערט: צוויי הונדערט דינרים ברויט וועט פאר זיי נישט געניגן, אז יעדער איינער זאל בלויז נעמען א שטיקל. זאגט צו אים איינער פון זיינע תלמידים, אנדריי דער ברודער פון שמעון פעטרוס: עס איז דא דא א יינגל, וואס האט פינף גערשטן ברויט און צוויי פישלעך; נאר וואס איז דאס פאר אזויפיל (לייט)? האט יהושע/ישוע געזאגט: מאכט די מענטשן זיך אנידערזעצן. און אויף דעם ארט איז געווען א סך גראז. די מענער האבן זיך דעריבער אנידערגעזעצט, אין צאל אן ערך פינף טויזנט. דאן האט יהושע/ישוע גענומען די ברויטן, האט געמאכט א ברכה און זיי צעטיילט צו די, וואס האבן זיך אנידערגעזעצט; דעסגלייכן אויך פון די פישלעך, וויפל זיי האבן געוואלט. און ווען זיי זענען זאט געווארן, זאגט ער צו זיינע תלמידים: נעמט צונויף די איבערגעבליבענע ברעקלעך, כדי עס זאל גארנישט פארלוירן ווערן. אזוי האבן זיי צונויפגעזאמלט און אנגעפילט צוועלף קערב פון די ברעקלעך פון די פינף גערשטנברויטן, וואס זענען איבערגעבליבן צו די, וואס האבן געגעסן.

און ווען זיי האבן געהאט גערודערט אן ערך פינף און צוואנציק אדער דרייסיק סטאדיען, האבן זיי געזען יהושען/ישוען ארומגיין אויפן ים, און זיך דערנענטערן צום שיפל; און זיי האבן מורא געהאט. ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך בין עס; האט נישט קיין מורא! און זיי האבן געוואלט אים נעמען אין שיפל אריין, און גלייך איז דאס שיפל געקומען צום לאנד, וואואהין זיי זענען געפארן.

נאך דעם האט יהושע/ישוע זיך ווידער באוויזן צו די תלמידים ביים ים פון טבריה; און האט זיך באוויזן אויף אזא אופן: עס זענען געווען צוזאמען שמעון פעטרוס און תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, און נתנאל פון קנה אין גליל, און זבדיס זין, און אנדערע צוויי פון זיינע תלמידים. זאגט שמעון פעטרוס צו זיי: איך גיי פאנגען פיש! זאגן זיי צו אים: מיר וועלן אויך קומען מיט דיר. און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען איינגעשטיגן אינם שיפל; און אין יענער נאכט האבן זיי גארנישט געכאפט. און ווען עס איז שוין געווען אינדערפרי, איז יהושע/ישוע געשטאנען ביים ברעג; דאך האבן די תלמידים נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע. און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: קינדער, צי האט איר נישט עפעס (פאנגען פיש) צו עסן? האבן זיי אים געענטפערט: ניין! ער אבער האט צו זיי געזאגט: ווארפט אריין די נעץ אויף דער רעכטער זייט פונם שיפל, און איר וועט געפינען. און זיי האבן אריינגעווארפן און האבן זי מער נישט געקענט ארויסציען, צוליב דער מאסע פיש. זאגט יענער תלמיד, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט, צו פעטרוסן: עס איז דער האר! און ווי שמעון פעטרוס האט געהערט, אז עס איז דער האר, האט ער זיך אנגעגורט זיין אויבערמלבושווארום ער איז געווען נאקעטאון האט זיך אריינגעווארפן אין ים אריין. די אנדערע תלמידים אבער זענען געקומען אינם שיפל, ווארום זיי זענען נישט געווען ווייט פון דער יבשה, נאר אן ערך צוויי הונדערט איילן, שלעפנדיק די נעץ מיט פיש. און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן אויפן לאנד, זען זיי א פייער פון קוילן אנגעלייגט און א פיש ליגן דערויף און ברויט. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: ברענגט אהער פון די פיש, וואס איר האט איצט געכאפט. איז שמעון פעטרוס איינגעשטיגן און האט ארויסגעצויגן די נעץ אויף דער יבשה, פול מיט גרויסע פיש, הונדערט דריי און פיפציק, און הגם עס איז געווען אזויפיל, האט זיך די נעץ דאך נישט צעריסן.

Libertações

Jesus expulsou demônios com autoridade. Os espíritos impuros não resistiam à sua palavra e saíam imediatamente.

און ווי ער איז אריינגעקומען קיין כפר-נחום, איז געקומען צו אים אן אפיציר, און האט אים געבעטן, און געזאגט: האר, מיין משרת ליגט פאראליזשירט אין הויז, און האט שרעקלעכע יסורים. און ער זאגט צו אים: איך וועל קומען און אים היילן. דער אפיציר אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך, נאר זאג בלויז א ווארט, און מיין משרת וועט געהיילט ווערן. מחמת אויך איך בין א מענטש, וואס שטייט אונטער דער ממשלה, האבנדיק אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום אהער! און ער קומט; און צו מיין קנעכט: טו דאס! און ער טוט עס. און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט, און האט געזאגט צו די, וואס האבן נאכגעפאלגט: באמת זאג איך אייך, ביי קיינעם אין ישראל האב איך אזא אמונה נישט געפונען. און איך זאג אייך: א סך וועלן קומען פון מזרח און פון מערב, און וועלן זיך אנידערזעצן מיט אברהם, און מיט יצחקן, און מיט יעקבן, אין דעם מלכות השמים. די קינדער אבער פון דעם מלכות וועלן ארויסגעווארפן ווערן אין דער פינצטערניש אינדרויסן; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און דאס קריצן מיט די ציין. און יהושע/ישוע האט געזאגט צו דעם אפיציר: גיי, זאל דיר געשען אזוי, ווי דו האסט געגלויבט! און דער משרת איז געהיילט געווארן אין יענער שעה.

און ווען ער איז געקומען אויף יענער זייט ים אין דעם לאנד פון די גדריים, זענען אים אנטקעגנגעלאפן צוויי באזעסענע, וואס זענען ארויסגעקומען אויס די קברים, זייער געפערלעכע, אז קיינער האט נישט געקענט פארבייגיין דורך יענעם וועג. און זע, זיי האבן א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, דו זון פון דער אויבערשטער? ביסטו אהערגעקומען אונדז פייניקן פאר דער צייט? און פונדערווייטנס פון זיי האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים. און די בייזע גייסטער האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב דו טרייבסט אונדז ארויס, שיק אונדז אריין אין דער סטאדע חזירים! און ער האט צו זיי געזאגט: גייט! און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אוועק אין די חזירים אריין; און זע, די גאנצע סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דער משופעדיקייט אין ים אריין, און זענען אומגעקומען אין די וואסערן. די פאסטוכער אבער זענען אנטלאפן, און זענען אריין אין שטאט, און האבן אלץ דערציילט, און וואס (עס האט פאסירט) מיט די באזעסענע. און זע, די גאנצע שטאט איז ארויסגעגאנגען אנטקייגן יהושען/ישוען; און דערזעענדיק אים, האבן זיי אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייער גבול.

און ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען, זע, מען האט געברענגט צו אים א שטומען, באזעסן מיט א בייזן גייסט. און נאך דעם ווי דער בייזער גייסט איז ארויסגעטריבן געווארן, האט דער שטומער גערעדט. און די המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: נאך קיינמאל איז אזעלכעס נישט געזען געווארן אין ישראל!

דעמאלט האט מען צו אים געברענגט א באזעסענעם מיט א בייזן גייסט, בלינד און שטום, און ער האט אים געהיילט, אז דער שטומער האט סיי גערעדט סיי געזען.

און יהושע/ישוע איז ארויסגעגאנגען פון דארטן, און איז אוועק אין די געגנטן פון צור און צידון. און זע, א כנענישע פרוי איז ארויסגעקומען פון יענע גרענעצן, און האט געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף מיר! מיין טאכטער ווערט ביטער געפלאגט פון א בייזן גייסט! ער אבער האט איר נישט געענטפערט קיין ווארט. און זיינע תלמידים זענען צוגעגאנגען און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק זי אוועק; ווייל זי שרייט אונדז נאך! ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך בין נישט געשיקט געווארן אחוץ צו די פארלוירענע שעפעלעך פון דעם הויז ישראל. זי איז אבער געקומען, און אנידערגעפאלן פאר אים, און געזאגט: האר, העלף מיר! און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס איז נישט שיין אוועקצונעמען דאס ברויט פון די קינדער און עס צו ווארפן פאר די הינטלעך! און זי האט געזאגט: יא, האר; מחמת אפילו די הינטלעך עסן פון די ברעקלעך, וואס פאלן אראפ פון זייערע הארנס טיש. דעמאלט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק צו איר געזאגט: אשה, דיין אמונה איז גרויס; זאל דיר געשען אזוי ווי דו ווילסט! און איר טאכטער איז געהיילט געווארן פון יענער שעה אָן.

און ווען זיי זענען געקומען צו דעם המון עם, איז געקומען צו אים א מענטש, וואס איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני, און געזאגט: האר, דערבארם דיך אויף מיין זון; ווייל ער איז א חולי-נופל, און ליידט שווער; מחמת אפטמאל פאלט ער אין פייער אריין, און אפטמאל אין וואסער אריין. און איך האב אים געברענגט צו דיינע תלמידים, און זיי האבן אים נישט געקענט אויסהיילן. און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ווילאנג זאל איך זיין ביי אייך? ווילאנג זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר! און יהושע/ישוע האט אנגעשריגן אויף אים, און דער בייזער גייסט איז פון אים ארויס, און דאס יינגל איז געזונט געווארן פון יענער שעה אָן.

און גראד איז אין זייער שול געווען א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט; און ער האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? דו ביסט געקומען אונדז צו פארטיליקן! איך ווייס ווער דו ביסט: דער קדוש אלקים. און יהושע/ישוע האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג, און גיי ארויס פון אים! און דער אומריינער גייסט האט אים א ריס געטאן, האט געשריגן מיט א הויך קול און איז פון אים ארויס.

און זיי זענען געקומען אויף דער אנדערער זייט ים, אין דעם לאנד פון די געראסענער, און ווען ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם שיפל, איז אים גלייך אנטקעגנגעקומען פון די קברים ארויס א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט, וואס האט געהאט זיין וואוינונג אין די קברים, און קיינער האט אים שוין מער נישט געקענט בינדן, אפילו נישט מיט קיין קייט; ווייל א סך מאל האט מען אים געבונדן מיט פענטעס און מיט קייטן, און ער האט די קייטן צעריסן און די פענטעס צעריבן, און קיינער האט אים נישט געקענט בייקומען. און תמיד, טאג און נאכט, איז ער געווען צווישן די קברים און אויף די בערג, שרייענדיק און שלאגנדיק זיך מיט שטיינער. און ווי ער האט דערזען יהושען/ישוען פונדערווייטנס, איז ער געלאפן און האט זיך געבוקט פאר אים; און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון דער אויבערשטער? איך באשווער דיך ביי ה׳, דו זאלסט מיך נישט פייניקן! ווארום ער האט צו אים געזאגט: דו אומריינער גייסט, גיי ארויס פון דעם מענטשן! און ער האט אים געפרעגט: וואס פאר א נאמען האסטו? און ער האט צו אים געזאגט: מיין נאמען איז לעגיאן, ווייל מיר זענען א סך. און ער האט אים פיל געבעטן, אז ער זאל זיי נישט ארויסשיקן פון דעם לאנד. און דארט ביים בארג האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים. און זיי האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק אונדז צו די חזירים, כדי מיר זאלן אריינגיין אין זיי! און ער האט זיי געגעבן רשות. און די אומריינע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס געטאן פון דעם אראפהענגענדיקן פעלדזן אין ים אריין, אן ערך צוויי טויזנט, און זענען דערשטיקט געווארן אין ים. און די וואס האבן זיי געפאשעט זענען אנטלאפן, און האבן עס דערציילט אין דער שטאט, און אויפן לאנד. און מען איז געקומען זען וואס עס איז פארגעקומען.

איר אבער זאגט: אויב א מענטש וועט זאגן צום פאטער אדער צו דער מוטער: קרבן, דאס הייסט א מתנה צו ה׳, זאל זיין דאס וואס דו דארפסט פון מיר נהנה זיין; לאזט איר אים שוין גארנישט מער טאן פאר דעם פאטער אדער פאר דער מוטער; איר מאכט צונישט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה, וועלכע איר האט איבערגעגעבן; און א סך אזעלכע זאכן טוט איר. און האט ווידער גערופן דעם עולם מענטשן צו זיך, און צו זיי געזאגט: הערט מיך אלע צו, און פארשטייט! עס איז נישטא קיין זאך פון דרויסן פון דעם מענטשן, וואס אריינגייענדיק אין אים קען אים טמא מאכן; נאר דאס וואס קומט ארויס אויס דעם מענטשן איז עס, וואס איז מטמא דעם מענטשן.

און ער האט זיך אויפגעהויבן, און איז פון דארטן אוועק צו די גרענעצן פון צור און צידון. און ווען ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז, האט ער געוואלט, אז קיינער זאל עס נישט וויסן; און האט נישט געקענט בלייבן פארבארגן. נאר תיכף האט א פרוי וועגן אים געהערט, וואס איר טעכטערל האט געהאט אן אומריינעם גייסט, און זי איז געקומען און איז אנידערגעפאלן צו זיינע פיס. די פרוי איז אבער געווען א גריכין, א סירא-פעניצערין לויטן אפשטאם, און האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויסטרייבן דעם בייזן גייסט פון איר טאכטער. און ער האט צו איר געזאגט: לאז צוערשט די קינדער זאט ווערן; ווארום עס איז נישט שיין צו נעמען דאס ברויט פון די קינדער און עס ווארפן פאר די הינטלעך! זי אבער האט געענטפערט און זאגט צו אים: יא, האר; אפילו די הינטלעך אונטערן טיש עסן פון די ברעקלעך פון די קינדער! און ער האט געזאגט צו איר: צוליב דעם דאזיקן ווארט גיי דיר; דער בייזער גייסט איז שוין ארויס פון דיין טאכטער. און זי איז אוועקגעגאנגען צו זיך אהיים, און האט געפונען דאס קינד ליגן אויפן בעט, און דער בייזער גייסט איז שוין געווען ארויסגעגאנגען.

און איינער אויס דעם המון האט אים געענטפערט: רבי, איך האב געברענגט צו דיר מיין זון, וועלכער האט א שטומען גייסט; און וואו נאר ער כאפט אים אָן, רייסט ער אים, און ער שוימט פארן מויל, און קריצט מיט די ציין, און ווערט פארדארט; און איך האב שוין געזאגט דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן; און זיי האבן נישט געקענט. ער אבער ענטפערנדיק זאגט צו זיי: אָ, אומגלויביק דור! ווילאנג זאל איך נאך זיין מיט אייך? ביז ווען זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר! און זיי האבן אים געברענגט צו אים; און ווי ער האט אים דערזען, האט דער גייסט אים גלייך א ריס געטאן; און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, האט זיך געוואלגערט, שוימענדיק פארן מויל, און ער האט געפרעגט זיין פאטער: ווילאנג איז שוין זינט דאס דאזיקע איז געשען צו אים? און ער האט געזאגט: פון קינדווייז אָן; און אפטמאל האט ער אים געווארפן אין פייער אריין און אין וואסער אריין, כדי ער זאל אים אומברענגען; נאר אויב דו ביסט עפעס בכוח, העלף אונדז, און דערבארם דיך אויף אונדז! יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט. גלייך האט דער פאטער פון דעם יינגל א געשריי געטאן, און געזאגט: איך גלויב; העלף מיין אומגלויבן! און ווי יהושע/ישוע האט געזען, אז א המון מענטשן לויפט זיך צונויף, האט ער אנגעשריגן דעם אומריינעם גייסט, זאגנדיק צו אים: דו שטומער און טויבער גייסט, איך באפעל דיר: גיי פון אים ארויס, און זאלסט מער נישט אריינגיין אין אים! און ער האט א געשריי געטאן, און האט אים זייער פיל געריסן, און איז ארויסגעגאנגען; און ער איז געווארן ווי טויט, אז א רבים האבן געזאגט, אז ער איז געשטארבן! יהושע/ישוע אבער האט אים אנגענומען ביי דער האנט, און אים אויפגעהויבן; און ער האט זיך אויפגעשטעלט.

און ער איז אויפגעשטאנען און איז ארויסגעגאנגען פון שול אין שמעונס הויז אריין. שמעונס שוויגער אבער האט געליטן פון א שטארק פיבער, און זיי האבן אים געבעטן פאר אירעטוועגן. און ער האט זיך אנידערגעשטעלט איבער איר און האט אנגעשריגן דאס פיבער, און עס האט זי פארלאזט; און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעשטאנען און האט זיי באדינט.

און ווען ער איז ארויסגעקומען אויף דער יבשה, איז אים אויס דער שטאט אנטקעגנגעקומען א מאן, וואס האט געהאט בייזע גייסטער; און שוין א לאנגע צייט ווי ער האט נישט געטראגן קיין מלבוש, אויך האט ער נישט געוואוינט אין קיין הויז, נאר אין די קברים. און דערזעענדיק יהושען/ישוען, האט ער א געשריי געטאן, איז אנידערגעפאלן פאר אים און האט געזאגט מיט א הויך קול: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון ג-ט דעם אויבערשטער? איך בעט דיך, אז דו זאלסט מיך נישט פייניקן! ווארום ער האט באפוילן דעם אומריינעם גייסט ארויסצוגיין פון דעם מענטשן; ווייל א סך מאל האט ער אים שוין געכאפט, און מען האט אים געבונדן מיט קייטן און פענטעס און געהאלטן אונטער שמירה; און ער פלעגט צערייסן דאס, מיט וועלכן ער איז געווען געבונדן און איז געטריבן געווארן פון דעם בייזן גייסט אין די מדבריות אריין. און יהושע/ישוע האט אים געפרעגט: וואס איז דער נאמען דיינער? און ער האט געזאגט: לעגיאן! ווייל א סך בייזע גייסטער זענען אריין אין אים. און זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי נישט באפעלן צו גיין אין תהום אריין. און דארטן איז געווען א גרויסע סטאדע חזירים פאשענדיק זיך אויפן בארג, און זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי דערלויבן אריינצוגיין אין זיי. און ער האט עס זיי דערלויבט. און די בייזע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען פון דעם מענטשן און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דעם משופעדיקן פעלדזן אין ים אריין און איז דערטרונקען געווארן. ווי אבער די פאסטוכער האבן געזען, וואס עס האט געטראפן, זענען זיי אנטלאפן און האבן עס דערציילט אין דער שטאט און אין די דערפער. און זיי זענען ארויסגעגאנגען זען, וואס עס האט פאסירט און זענען געקומען צו יהושען/ישוען, און האבן געפונען דעם מענטשן, פון וועמען די בייזע גייסטער זענען ארויס, אנגעקליידט און ביי די קלארע געדאנקען און ער איז געזעסן ביי ישועס פיס; און זיי האבן זיך געפארכטן.

און באמת זאג איך אייך; אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דאס קעניגרייך פון ה׳.

און עס איז געשען אן ערך אכט טאג נאך די דאזיקע רייד, אז ער האט גענומען פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און איז ארויפגעשטיגן אויפן בארג תפילה צו טאן. און בעת ער האט מתפלל געווען, האט דאס אויסזען פון זיין פנים זיך פארענדערט און זיינע קליידער זענען געווארן שטראלנדיק ווייס. און זע, צוויי מענער האבן גערעדט מיט אים, וועלכע זענען געווען משה און אליהו; זיי האבן זיך באוויזן אין הערלעכקייט און האבן גערעדט וועגן זיין ליציאת (הסתלקות), וואס ער האט געזאלט ממלא זיין אין ירושלים.

פעטרוס אבער און די, וואס זענען געווען מיט אים, זענען פארזונקען אין א שווערן שלאף; און אויפכאפנדיק זיך, האבן זיי געזען זיין הערלעכקייט און די צוויי מענער, וואס זענען געשטאנען מיט אים. און עס איז געשען, ווען זיי זענען אוועקגעגאנגען פון אים, האט פעטרוס געזאגט צו יהושען/ישוען; האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי סוכות: איינע פאר דיר, איינע פאר משהן און איינע פאר אליהו, נישט וויסנדיק, וואס ער רעדט.

און זע, א מאן פון דער מאסע מענטשן האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: רבי, איך בעט דיך, קוק דיך אום אויף מיין זון, מחמת ער איז מיין בן יחיד; און זע, א גייסט כאפט אים אָן, און פלוצלונג שרייט ער און רייסט אים, אז ער שוימט פארן מויל, און גייט קוים אוועק פון אים און צעשלאגט אים, און איך האב שוין געבעטן דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן, און זיי זענען נישט געווען ביכולת. און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ביז ווען וועל איך זיין ביי אייך און אייך סובל זיין! ברענג אהער דעם זון דיינעם! און בעת ער איז נאך געווען אויפן וועג צו אים, האט דער בייזער גייסט אים א ריס געטאן און געמאטערט. יהושע/ישוע אבער האט אנגעשריגן אויף דעם אומריינעם גייסט, און געהיילט דאס יינגל און אים אפגעגעבן צו זיין פאטער. און אלע זענען דערשטוינט געווארן איבער ה׳ס געוואלדיקער מאכט.

און בשעת אלע האבן זיך געוואונדערט איבער אלעם, וואס ער האט געטאן, האט ער געזאגט צו זיינע תלמידים:

און ער האט ארויסגעטריבן א בייזן גייסט, וואס איז געווען שטום. און עס איז געשען, ווען דער בייזער גייסט איז ארויסגעגאנגען, האט דער שטומער גערעדט; און די מאסן האבן געשטוינט.

און איינער פון זיי האט געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט און אים אפגעהאקט זיין רעכט אויער. יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: לאזט געמאכט! און האט אנגערירט זיין אויער, און אים געהיילט.

און ווען יוחננס שליחים זענען אוועקגעגאנגען, האט ער אנגעהויבן צו רעדן צו די מאסן מענטשן וועגן יוחנן: וואס זענט איר ארויסגעגאנגען אין דער מדבר אריין צו זען? א טראשטשינע געשאקלט פונם ווינט? נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א מענטשן געקליידט אין טייערע מלבושים? זע, די וואס טראגן פרעכטיקע קליידער און לעבן אין תענוגים, געפינען זיך אין קעניגלעכע שלעסער. נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א נביא? יא, איך זאג אייך, און מער ווי א נביא. ער איז עס, וועגן וועמען עס שטייט געשריבן:

זע, איך שיק מיין מלאך פאר דיין פנים,

וועלכער וועט צוגרייטן דיין וועג פאר דיר.

(מלאכי ג, א.)

איך זאג אייך, צווישן די, וואס זענען געבוירן געווארן פון פרויען, איז נישט פאראן קיין גרעסערער פון יוחנן; דאך איז דער קלענסטער אינם קעניגרייך פון ה׳ גרעסער ווי ער. און דאס גאנצע פאלק, וואס האט אים געהערט, און די שטייער אויפמאנער האבן גערעכטפערטיקט ה׳, לאזנדיק זיך טובל זיין מיט דער מקווה פון יוחנן. די פרושים אבער און די חכמים האבן אפגעווארפן די עצה פון ה׳ פון זיך, ווייל זיי האבן זיך נישט געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים.

Seja o primeiro