Morte de Jesus
A morte de Jesus é o sacrifício supremo do amor de Deus. Na cruz, o Cordeiro de Deus carregou os pecados do mundo, satisfez a justiça divina e abriu o caminho da salvação para todos.
O sacrifício na cruz
Jesus disse: 'Está consumado!' Na cruz, Ele cumpriu toda a lei, pagou o preço do pecado e reconciliou a humanidade com Deus.
נאך דעם, אזויווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז אלץ האט זיך שוין געענדיקט, כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן, זאגט ער: איך בין דארשטיק! דארט איז געשטאנען א געפעס פול מיט עסיק. און זיי האבן ארויפגעלייגט אויף אן היזאפ שטענגל א שוואם אנגעפילט מיט עסיק און אים דערלאנגט צום מויל. און ווען יהושע/ישוע האט גענומען דעם עסיק, האט ער געזאגט: עס איז געענדיקט, און האט גענייגט דעם קאפ און אויפגעגעבן די נשמה.
און די זעלנער, ווען זיי האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים יהושען/ישוען, האבן גענומען זיינע מלבושים, און געמאכט פיר חלקים, פאר יעדן זעלנער א חלק, און אויך דאס אויבערמלבוש. און דאס אויבערמלבוש איז נישט געווען גענייט, נאר אינגאנצן געוועבט פון אויבן (ביז אראפ). זיי האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר עס נישט צערייסן, נאר ווארפן גורל וועגן דעם, וועמעס עס זאל זיין; כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן:
זיי האבן צעטיילט מיינע קליידער צווישן זיך,
און אויף מיין לבוש האבן זיי געווארפן גורל.
(תהלים כב, יט.)
און די דאזיקע זאכן האבן די זעלנער געטאן. און ביים בוים פון יהושען/ישוען זענען געשטאנען זיין מוטער און זיין מוטערס שוועסטער, מרים דאס ווייב פון קלאפאס (לוקאס כד, יח.), און מרים פון מגדלה. און ווען יהושע/ישוע האט געזען זיין מוטער און דעם תלמיד, וועלכן ער האט ליב געהאט, שטיין דערנעבן, זאגט ער צו דער מוטער: אשה, זע, דיין זון! דערנאך זאגט ער צו דעם תלמיד: זע, דיין מוטער! און פון יענער שעה האט יענער תלמיד זי גענומען צו זיך.
און ווען זיי זענען געקומען צו דעם ארט, וואס מען רופט עס גלגלתא, האבן זיי אים דארט אויפגעהאנגען אויף א בוים, און די פארברעכער, דעם אויף דער רעכטער זייט און דעם אויף דער לינקער זייט. (ישעיהו נג, יב.) יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.) און דאס פאלק איז געשטאנען און האט עס צוגעזען. און אויך די שרים האבן אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: אנדערע האט ער געהאלפן; זאל ער זיך אליין העלפן, אויב ער איז דער משיח, דער אויסדערוויילטער פון ה׳! און אויך די זעלנער האבן אים אויסגעלאכט, צוקומענדיק צו אים, און ברענגענדיק עסיק פאר אים. (תהלים סט, כא.) און האבן געזאגט: אויב דו ביסט דער קעניג פון די יידן, ראטעווע דיך אליין! און איבער אים איז אויך געווען אן אויפשריפט: דאס איז דער קעניג פון די יידן.
איינער אבער פון די פארברעכער, וואס זענען געהענגט געווארן, האט אים געלעסטערט, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דען נישט דער משיח? ראטעווע זשע דיך אליין און אונדז! נאר דער אנדערער האט ענטפערנדיק אנגעשריגן אויף אים, און געזאגט: דו האסט אויך נישט קיין מורא פאר ה׳, ביסט דאך אין דעם זעלביקן משפט! מיר טאקע מיט רעכט; ווארום מיר האבן באקומען דאס, וואס אונדזערע מעשים זענען ווערט געווען; ער אבער האט דאך נישט געטאן קיין שום עוולה! און האט געזאגט: יהושע/ישוע, געדענק מיך, ווען דו קומסט אין דיין מלכות אריין! און ער האט צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר: היינט וועסטו זיין מיט מיר אין גן עדן!
און ווען די זעקסטע שעה איז געקומען, איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה. און אין דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלהי אלהי למה שבקתני? פארטייטשט הייסט עס: ג-ט מיינער, ג-ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזן? (תהלים כב, א.)
און זע, דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען פון אויבן ביז אראפ; און די ערד האט געציטערט; און די פעלדזן האבן זיך געשפאלטן; און די קברים האבן זיך געעפנט; און א סך לייבער פון די איינגעשלאפענע קדושים זענען אויפגעשטאנען; און זענען ארויס פון די קברים נאך זיין תחית המתים און זענען אריינגעקומען אין דער הייליקער שטאט אריין און האבן זיך באוויזן צו א סך. און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער!
O amor que se entrega
Ninguém tem maior amor do que aquele que dá a vida pelos amigos. Deus prova seu amor em que Cristo morreu por nós quando ainda éramos pecadores.
קיינער האט נישט קיין גרעסערע ליבע ווי די דאזיקע, אז ער זאל אנידערלייגן זיין לעבן פאר זיינע פריינד.
ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
ווארום אויב מיר, זייענדיק שונאים, זענען שלום-מאכן געווארן מיט ה׳ דורכן טויט פון זיין זון, אויף וויפל מער, זייענדיק שוין שלום-מאכן, וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך זיין לעבן;
דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער.
און ער איז דאס (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד, און נישט נאר פאר אונדזערע אליין, נאר אויך פאר דער גאנצער וועלט.
און געפונען ווערנדיק אין מענטשלעכער פארם, האט ער זיך נידריק געמאכט און איז געווארן געהארכזאם ביז צום טויט—דעם טויט אויפן בוים.
Morte e ressurreição
Jesus morreu e ressuscitou, e a morte não mais tem domínio sobre Ele. Pelo batismo, participamos de sua morte e ressurreição.
וויסנדיק, אז משיח, זייענדיק אויפגעשטאנען פון די טויטע, שטארבט מער נישט; דער טויט האט נישט מער קיין שליטה איבער אים. ווארום שטארבנדיק, איז ער געשטארבן צו דער זינד איינמאל פאר אלעמאל, אבער לעבנדיק, לעבט ער צו ה׳.
אדער ווייסט איר נישט, אז מיר אלע, וואס זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח יהושע/ישוע, זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צו זיין טויט? מיר זענען דעריבער נקבר געווארן מיט אים דורך דער מקווה צום טויט, כדי, ווי משיח איז אויפגעוועקט געווארן פון די טויטע דורך דעם כבוד פונם פאטער, אזוי זאלן אויך מיר גיין באנייטע אין לעבן.
און ווי עס איז נגזר געווארן פאר מענטשן איינמאל צו שטארבן און נאכדעם דער יום הדין; אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.
מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין, דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט; אים האט ה׳ אויפגעוועקט, אויפלויזנדיק די יסורים פון טויט, ווייל עס האט נישט געקענט זיין, אז ער זאל פון אים געהאלטן ווערן.
איך בין דער גוטער פאסטוך; דער גוטער פאסטוך איז זיך מוסר נפש פאר די שאף.
ווארום יעדעס מאל, ווען איר עסט דאס ברויט און טרינקט דעם דאזיקן כוס, זאגט איר אָן דעם הארס טויט, ביז ער וועט קומען.