Morte
A morte é a realidade que todos enfrentam, mas para o cristão ela não é o fim. A Bíblia ensina que Cristo venceu a morte e nos dá a esperança da ressurreição e da vida eterna.
Cristo venceu a morte
Onde está, ó morte, o teu aguilhão? Cristo destruiu o poder da morte e nos deu a vitória pela ressurreição.
אָ טויט, וואו איז דיין נצחון?
אָ טויט, וואו איז דיין גיפטיקער ביס?
(ישעיהו כה, ח; הושע יג, יד.)
דער גיפטיקער ביס פונם טויט איז די זינד; און דער כוח פון דער זינד איז די געזעץ; אבער אדאנק זיי ה׳, וועלכער גיט אונדז דעם נצחון דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
דער לעצטער שונא אפגעשאפט צו ווערן, איז דער טויט.
ווארום ווי דער טויט איז געקומען דורך א מענטשן, אזוי איז אויך תחית המתים דורך א מענטשן.
ווארום ווי אין אדם (הראשון) שטארבן אלע, אזוי וועלן אויך אין דעם משיח אלע לעבעדיק געמאכט ווערן.
עס איז א באגלויבט ווארט: ווארום אויב מיר זענען געשטארבן צוזאמען מיט אים, וועלן מיר אויך לעבן צוזאמען מיט אים;
געבענטשט און הייליק איז דער, וואס האט א חלק אין דעם ערשטן אויפשטיין; איבער די דאזיקע האט דער צווייטער טויט נישט קיין שליטה; נאר זיי וועלן זיין כהנים פאר ה׳ און פאר דעם משיח, און וועלן קעניגן מיט אים די טויזנט יאר. און ווען עס וועלן זיך ענדיקן די טויזנט יאר,
A esperança da vida eterna
Jesus disse: 'Eu sou a ressurreição e a vida.' Quem crê nele não está morto, mas apenas adormecido — e um dia despertará para a glória.
האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן, און יעדער איינער, וואס לעבט און גלויבט אין מיר, וועט אויף אייביק נישט שטארבן. צי גלויבסטו דאס דאזיקע?
האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן, און יעדער איינער, וואס לעבט און גלויבט אין מיר, וועט אויף אייביק נישט שטארבן. צי גלויבסטו דאס דאזיקע?
מיינע שאף הערן מיין קול, און איך קען זיי, און זיי פאלגן מיר נאך; און איך גיב זיי אייביק לעבן: און זיי וועלן קיינמאל נישט פארלוירן ווערן, און קיינער וועט זיי נישט ארויסרייסן פון מיינע הענט.
ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
און מיר ווילן נישט איר זאלט זיין אומוויסנד, ברידער, וועגן די, וועלכע זענען איינגעשלאפן, כדי איר זאלט נישט טרויערן, ווי די אנדערע, וואס האבן נישט קיין האפענונג. ווארום ווי מיר גלויבן, אז יהושע/ישוע איז געשטארבן און אויפגעשטאנען, אזוי וועט ה׳ ברענגען די איינגעשלאפענע אין יהושען/ישוען צוזאמען מיט אים.
ווייל דער האר אליין וועט אראפנידערן פון הימל, מיט א שאלן, מיט דעם קול פון דעם שר המלאכים, און מיט דעם שופר פון ה׳; און די טויטע אינם משיח וועלן אויפשטיין קודם כל; דאן מיר, די לעבעדיקע, וועלכע זענען איבערגעבליבן, וועלן צוזאמען מיט זיי ארויפגעכאפט ווערן אין די וואלקנס, צו באגעגענען דעם האר אין דער לופט; און אזוי וועלן מיר תמיד זיין מיט דעם האר.
Não temas a morte
Não temas os que matam o corpo. Para o cristão, viver é Cristo e morrer é lucro. O vale da sombra da morte não assusta quem caminha com o Pastor.
און פארכט זיך נישט פאר די, וואס טייטן דעם גוף, אבער האבן נישט קיין קראפט צו טייטן די נשמה; אמער זאלט איר זיך פארכטן פאר דעם, וואס איז בכוח צו פארדארבן סיי די נשמה סיי דעם גוף אין גיהנום.
מחמת ווער עס וויל מציל זיין זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן; ווער אבער עס פארלירט זיין לעבן צוליב מיר, דער וועט עס געפינען.
ווארום פאר מיר איז משיח דאס לעבן און דאס שטארבן—א געווינס.
און פון ביידע זייטן בין איך אין א פארלעגנהייט, האבנדיק דעם פארלאנג נפטר צו ווערן און צו זיין מיט משיחן, ווייל עס איז פיל בעסער; צו בלייבן אבער אינם פלייש איז פיל נויטיקער פאר אייערטוועגן.
ווארום אונדזער בירגער רעכט איז אין הימל, פונוואנען מיר דערווארטן אויך דעם גואל, דעם האר יהושע/ישוע המשיח, וועלכער וועט איבעראנדערשן דעם גוף פון אונדזער שיפלות, גלייך צו ווערן צום גוף פון זיין כבוד, לויט דער קראפט, מיט וועלכער ער קען אלץ אונטערטעניקן צו זיך אליין.
ווארום ווען מיר לעבן, לעבן מיר צום האר, און ווען מיר שטארבן, שטארבן מיר צום האר; דעריבער, צי מיר לעבן צי מיר שטארבן, זענען מיר דעם הארס.
A eternidade nos aguarda
Deus enxugará toda lágrima. A morte será o último inimigo destruído. Para os salvos, a morte é a porta de entrada na presença eterna de Deus.
און האב געהערט א הויך קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: זע, דאס משכן פון ה׳ איז מיט די מענטשן, און ער וועט וואוינען צווישן זיי, און זיי וועלן זיין זיינע פעלקער, און ה׳ אליין וועט זיין מיט זיי, און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.
און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.
און ווי עס איז נגזר געווארן פאר מענטשן איינמאל צו שטארבן און נאכדעם דער יום הדין;
ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות, נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
ווארום זעלטן וועט זיך עמיצער אונטערנעמען צו שטארבן פאר א צדיק; דאך פאר א גוטן מענטשן וועט אפשר ווער האבן דעם מוט צו שטארבן. אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים.
ווייל אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם, האט דער טויט געהערשט דורך דעם דאזיקן איינעם, וויפל מער וועלן די, וואס זענען מקבל די שפע פון חסד און דער מתנה פון גערעכטיקייט, הערשן אין לעבן דורך דעם איינעם—יהושע/ישוע המשיח.
ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
A morte na perspectiva bíblica
Há tempo de nascer e tempo de morrer. A morte é realidade humana, mas Deus é Senhor tanto dos vivos quanto dos mortos.
און יהושע/ישוע האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: פאטער, אין דיינע הענט גיב איך איבער מיין גייסט! און דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעהויכט זיין אטעם. (תהלים לא, ה.)
און אין שאול תחתית האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן, זייענדיק אין יסורים, און זעט אברהמען פונדערווייטנס און אלעזרן אין זיין שויס. און ער האט א געשריי געטאן און געזאגט: פאטער אברהם, דערבארם דיך אויף מיר און שיק אלעזרן, אז ער זאל איינטונקען זיין שפיץ פינגער אין וואסער און מיר קילן מיין צונג; מחמת איך לייד פיין אין דעם דאזיקן פלאם!
דאן ווערט די תאווה מעוברת און טוט געבוירן זינד; און די זינד, ווען זי איז געווארן רייף, געווינט דעם טויט.