Motivação
Motivação verdadeira vem de Deus. A Bíblia nos inspira a correr a carreira da fé com perseverança, sabendo que o Senhor fortalece, guia e recompensa os fiéis.
Força do alto
Tudo posso naquele que me fortalece. Deus dá poder aos fracos e renova a força dos cansados — Ele é a fonte de toda motivação.
איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.
ווארום ה׳ איז עס, וואס ווירקט אין אייך סאי צו וועלן סאי צו טאן לויט זיין רצון.
Correr para o alvo
Prossigo para o alvo, para o prêmio da soberana vocação de Deus em Cristo Jesus. A corrida da fé exige disciplina e foco.
ברידער, איך האלט מיך נישט ווי איך וואלט שוין דערגרייכט, נאר איין זאך (טו איך): איך פארגעס דאס, וואס פון הינטן, און שטרעק מיך אויס נאך דעם, וואס איז פאר מיר, איך יאג מיך צום ציל נאך דעם שכר פון ה׳ס הויכער בארופונג אינם משיח יהושע/ישוע.
צי ווייסט איר דען נישט, אז די, וואס לויפן אויף דער ארענע, לויפן טאקע אלע, איינער אבער דערלאנגט דעם פריז? אזוי זאלט איר לויפן, כדי איר זאלט עס באקומען. און יעדער באקסער באהערשט זיך אין אלעם. און זיי (טאן עס) כדי זיי זאלן באקומען א פארדארבלעכע קרוין; מיר אבער אן אומפארדארבלעכע. דעריבער לויף איך אזוי, נישט ווי אין דער פינסטער; אזוי באקס איך, נישט ווי איינער, וואס שלאגט די לופט; נאר איך אונטערדריק מיין גוף און האלט אים אין קנעכטשאפט, כדי בשעת איך האב געדרשנט צו אנדערע, זאל איך אליין נישט פארווארפן ווערן.
דעריבער אויך מיר, האבנדיק ארום זיך אזא וואלקן פון עדות (מארטירער), לאמיר אפטאן פון זיך יעדע לאסט און די זינד, וואס רינגלט אונדז אזוי לייכט ארום, און לאמיר לויפן סבלנותדיק דעם וועטלויף, וואס ליגט פאר אונדז, און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד. ווארום באטראכט אים, וואס איז אויסגעשטאנען אזא אפאזיציע פון חוטאים קעגן אים, כדי איר זאלט נישט מיד און מאט ווערן אין אייערע זעלן.
און וואס איר וועט טאן, זאלט איר טאן מיטן גאנצן הארצן, ווי פאר דעם האר, און נישט פאר מענטשן,
Propósito e missão
Deus tem planos de esperança para nós. Cada dia é oportunidade de fazer a sua vontade e avançar com confiança na missão.
און וואס איר וועט נאר בעטן אין מיין נאמען, וועל איך דאס דאזיקע טאן, כדי דער פאטער זאל פארהערלעכט ווערן אין דעם זון. אויב איר וועט מיך עפעס בעטן אין מיין נאמען, וועל איך עס טאן.
גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש, און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.
און פרעגט נישט נאך וואס איר וועט עסן און וואס איר וועט טרינקען און רעגט זיך נישט אויף. ווארום צו די אלע זאכן שטרעבן די אומות העולם; אייער פאטער אבער ווייסט, אז איר דארפט די דאזיקע זאכן.
ווארום אפילו ווען מיר זענען געווען ביי אייך, האבן מיר אייך דאס דאזיקע באפוילן, אז ווער עס וויל נישט ארבעטן, דער זאל אויך נישט עסן. ווארום מיר הערן, אז אייניקע צווישן אייך פירן זיך אויף אומארנטלעך, זיי ארבעטן נישט, נאר מישן זיך אין פרעמדע עסקים. אזעלכע אבער באפעלן מיר און ווארנען אינם האר יהושע/ישוע המשיח, אז זיי זאלן ארבעטן שטיל און עסן זייער אייגן ברויט. איר אבער, ברידער, ווערט נישט מיד צו טאן מעשים טובים.