Mundo
A Bíblia tem muito a dizer sobre o mundo e nossa relação com ele. Cristãos estão no mundo, mas não são do mundo — chamados a ser luz e sal sem se conformar com os padrões seculares.
Não ameis o mundo
Não ameis o mundo nem o que nele há. A cobiça da carne, a cobiça dos olhos e a soberba da vida não vêm do Pai, mas do mundo.
האט נישט ליב די וועלט, אויך נישט די זאכן, וואס זענען אין דער וועלט. אויב איינער האט ליב די וועלט, איז דעם פאטערס ליבע נישט אין אים.
האט נישט ליב די וועלט, אויך נישט די זאכן, וואס זענען אין דער וועלט. אויב איינער האט ליב די וועלט, איז דעם פאטערס ליבע נישט אין אים. ווייל אלץ, וואס געפינט זיך אין דער וועלט, די גלוסטיקייט פון דעם פלייש און די תאווה פון די אויגן און דער שטאלץ פון לעבן, איז נישט פון דעם פאטער, נאר פון דער וועלט.
ווייל אלץ, וואס געפינט זיך אין דער וועלט, די גלוסטיקייט פון דעם פלייש און די תאווה פון די אויגן און דער שטאלץ פון לעבן, איז נישט פון דעם פאטער, נאר פון דער וועלט.
און די וועלט פארגייט און די גלוסטיקייט דערפון; ווער אבער עס טוט ה׳ס רצון, דער האט א קיום אויף אייביק.
איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.
איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.
O amor de Deus pelo mundo
Porque Deus amou o mundo de tal maneira que deu seu Filho. O mesmo mundo que rejeita a Deus é amado por Ele e objeto de sua redenção.
ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז.
און ער איז דאס (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד, און נישט נאר פאר אונדזערע אליין, נאר אויך פאר דער גאנצער וועלט.
זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.
זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.
Vencer o mundo
Jesus venceu o mundo e nos dá sua paz e vitória. A fé é a vitória que vence o mundo — e aquele que nasceu de Deus o vence.
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
ווייל אלץ, וואס איז געבוירן געווארן פון ה׳, איז מנצח די וועלט; און דאס דאזיקע איז דער נצחון, וואס האט באזיגט די וועלט: אונדזער אמונה.
ווייל אלץ, וואס איז געבוירן געווארן פון ה׳, איז מנצח די וועלט; און דאס דאזיקע איז דער נצחון, וואס האט באזיגט די וועלט: אונדזער אמונה.
און ווער איז עס, וועלכער איז מנצח די וועלט, אויב נישט דער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער?
קינדער, איר זענט פון ה׳, און האט זיי מנצח געווען; ווייל גרעסער איז דער, וועלכער איז אין אייך, ווי דער, וועלכער איז אין דער וועלט.
No mundo sem ser do mundo
Jesus orou: não peço que os tires do mundo, mas que os guardes do mal. Somos enviados ao mundo como embaixadores do Reino.
איך האב זיי געגעבן דיין ווארט; און די וועלט האט זיי פיינט, ווייל זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט.
איך בעט נישט, אז דו זאלסט זיי ארויסנעמען אויס דער וועלט, נאר אז דו זאלסט זיי אפהיטן פון בייז.
איך בעט נישט, אז דו זאלסט זיי ארויסנעמען אויס דער וועלט, נאר אז דו זאלסט זיי אפהיטן פון בייז. זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט. הייליק זיי אין דעם אמת; דיין ווארט איז אמת. ווי דו האסט מיך געשיקט אין דער וועלט אריין, אזוי האב איך זיי געשיקט אין דער וועלט אריין.
גערעכטער פאטער, די וועלט האט דיך נישט געקענט, איך אבער האב דיך יא געקענט; און די דאזיקע ווייסן, אז דו האסט מיך געשיקט; און איך האב צו זיי באקאנט געמאכט דיין נאמען, און וועל אים באקאנט מאכן, כדי די ליבע, מיט וועלכער דו האסט מיך ליב געהאט, זאל זיין אין זיי, און איך אין זיי.
איצט איז דאס משפט פון דער דאזיקער וועלט; איצט וועט דער שר פון דער דאזיקער וועלט ארויסגעווארפן ווערן אינדרויסן.
שלום לאז איך איבער מיט אייך; מיין שלום גיב איך אייך; נישט ווי די וועלט גיט, גיב איך אייך. זאל זיך אייער הארץ נישט באאומרואיקן, און זאל עס נישט ווערן פארצאגט.
אויב די וועלט האסט אייך, ווייסט איר, אז זי האט מיך, קודם כל, געהאסט פאר אייך. אויב איר וואלט געווען פון דער וועלט, וואלט די וועלט ליב געהאט דאס, וואס איז איר אייגנס; ווייל אבער איר זענט נישט פון דער וועלט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט פון דער וועלט, צוליב דעם האט די וועלט אייך פיינט.
Sal e luz
Vós sois o sal da terra e a luz do mundo. O cristão transforma o ambiente onde está, sem se conformar com os padrões mundanos.
איר זענט דאס זאלץ פון דער ערד; אויב אבער דאס זאלץ זאל פארלירן זיין טעם, מיט וואס וועט עס געזאלצן ווערן? עס טויג מער צו גארנישט, אחוץ ארויסגעווארפן און פון לייטן געטרעטן צו ווערן. איר זענט דאס ליכט פון דער וועלט. א שטאט, וואס ליגט אויף א בארג, קען נישט בלייבן פארבארגן.
און די דאזיקע גוטע בשורה פון דעם מלכות וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער באוואוינטער וועלט, ווי אן עדות צו אלע פעלקער, און דעמאלט וועט קומען דער קץ.
מחמת וואס וועט עס העלפן א מענטשן, אויב ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן זיין לעבן? אדער וואס קען א מענטש געבן אויסצולייזן זיין לעבן?
מחמת וואס וועט עס העלפן א מענטשן, אויב ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן זיין לעבן? אדער וואס קען א מענטש געבן אויסצולייזן זיין לעבן?
וויי צו דער וועלט מחמת די מיכשולים! מחמת שטרויכלונגען מוזן קומען; נאר וויי איז צו דעם מענטשן, דורך וועמען דאס מיכשול קומט!
און ער האט צו זיי געזאגט: גייט אין דער גאנצער וועלט, זאגט אָן די גוטע בשורה צו דער גאנצער באשאפונג.
און ער האט צו זיי געזאגט: גייט אין דער גאנצער וועלט, זאגט אָן די גוטע בשורה צו דער גאנצער באשאפונג.
ווארום וואס לוינט זיך א מענטשן צו געווינען די גאנצע וועלט, און צו פארלירן זיין נפש?
Não se conformar
Não vos conformeis com este mundo. A religião pura é guardar-se da corrupção do mundo e viver segundo o Espírito de Deus.
און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.
און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.
ווארום די אומזיכטבארע זאכן זיינע, זינט דער וועלטבאשאפונג, ווערן זיכטבאר דורך באשאפענע זאכן, (נעמלעך) זיין אייביקע קראפט און ג-טהייט, כדי זיי זאלן זיין אָן א תירוץ:
ווארום די אומזיכטבארע זאכן זיינע, זינט דער וועלטבאשאפונג, ווערן זיכטבאר דורך באשאפענע זאכן, (נעמלעך) זיין אייביקע קראפט און ג-טהייט, כדי זיי זאלן זיין אָן א תירוץ:
מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳;
א לויטערע און אומבאפלעקטע פרומקייט פאר אונדזער ג-ט און פאטער איז די דאזיקע: השגחה צו געבן אויף יתומים און אלמנות אין זייערע צרות, און זיך צו האלטן אומבאפלעקט פון דער וועלט.
א לויטערע און אומבאפלעקטע פרומקייט פאר אונדזער ג-ט און פאטער איז די דאזיקע: השגחה צו געבן אויף יתומים און אלמנות אין זייערע צרות, און זיך צו האלטן אומבאפלעקט פון דער וועלט.
ווארום ה׳ס חסד איז דערשינען, ברענגענדיק די ישועה צו אלע מענטשן, און לערנט אונדז, אז פארלייקענענדיק רשעות און די וועלטלעכע תאוות, זאלן מיר לעבן מיט שליטה איבער זיך, און גערעכט, און ג-טספארכטיק אין דער דאזיקער וועלט,
A batalha espiritual
A nossa luta não é contra carne e sangue. Os poderes do mundo são reais, mas o que está em nós é maior que o que está no mundo.
ווייל דער ראנגלעניש פאר אונדז איז נישט קעגן בלוט און פלייש, נאר קעגן די ממשלות, קעגן די מאכטן, קעגן די וועלטהערשער פון דער דאזיקער פינצטערניש, קעגן די רוחות רעות אין די הימלישע ערטער.
גיט אכטונג, אז עס זאל אייך קיינער נישט נעמען געפאנגען דורך דער פילאזאפיע און פוסטן באטרוג, לויט דער קבלה פון מענטשן, לויט די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, און נישט לויט משיחן;
ווארום הגם מיר לעבן אינם פלייש, פירן מיר דאך נישט מלחמה לויטן פלייש;
און מיר האבן נישט באקומען דעם גייסט פון דער וועלט, נאר דעם גייסט, וואס איז פון ה׳; כדי מיר זאלן וויסן, וואס עס איז אונדז געשענקט געווארן פון ה׳.
וואו איז דער חכם? וואו דער סופר? וואו דער בעל וויכוח פון דער דאזיקער וועלט? צי האט דען ה׳ נישט צו נאר געמאכט די חכמה פון דער וועלט? ווארום אזויווי אין דער חכמה פון ה׳ האט די וועלט נישט דערקענט ה׳ דורך חכמה, האט ה׳ באוויליקט דורך דער נארישקייט פון דרשענען צו ראטעווען די, וואס גלויבן.
נאר די נארישע זאכן פון דער וועלט האט ג-ט אויסדערוויילט, כדי צו פארשעמען די חכמים; און די שוואכע זאכן פון דער וועלט האט ה׳ אויסדערוויילט, כדי צו פארשעמען די שטארקע;
און דאס נישט איידעלע פון דער וועלט, און דאס פאראכטעטע האט ה׳ אויסדערוויילט, אפילו דאס, וואס איז נישט, כדי מבטל צו זיין דאס, וואס איז יא; אזוי, אז קיין בשר (ודם) זאל זיך נישט בארימען פאר ה׳.
זאל זיך קיינער נישט באטריגן. אויב עמיצער צווישן אייך מיינט, אז ער איז א חכם אין דער וועלט, זאל ער ווערן צו נאר, כדי ער זאל ווערן קלוג.
ווארום מיר האבן גארנישט אריינגעברענגט אין דער וועלט, און קענען גארנישט ארויסטראגן; האבנדיק אבער שפייז און מלבושים, לאמיר זיין צופרידן מיט די דאזיקע.
ווארום מיר האבן גארנישט אריינגעברענגט אין דער וועלט, און קענען גארנישט ארויסטראגן; האבנדיק אבער שפייז און מלבושים, לאמיר זיין צופרידן מיט די דאזיקע.
Pertencemos a Deus
Do Senhor é a terra e tudo o que nela existe. Vivemos neste mundo como peregrinos, desejando a pátria celestial.
דאס איז געווען דאס אמתע ליכט, וואס באלייכט יעדן מענטשן, וועלכער קומט אין דער וועלט אריין. ער איז געווען אין דער וועלט, און די וועלט איז דורך אים באשאפן געווארן, און די וועלט האט אים נישט געקענט.
ער איז געווען אין דער וועלט, און די וועלט איז דורך אים באשאפן געווארן, און די וועלט האט אים נישט געקענט.
דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן.
מיינע שאף הערן מיין קול, און איך קען זיי, און זיי פאלגן מיר נאך; און איך גיב זיי אייביק לעבן: און זיי וועלן קיינמאל נישט פארלוירן ווערן, און קיינער וועט זיי נישט ארויסרייסן פון מיינע הענט.
איך זאג אייך אבער דעם אמת: עס איז גוט פאר אייך, אז איך גיי אוועק; ווארום אויב איך זאל נישט אוועקגיין, וועט דער פרקליט בשום אופן נישט קומען צו אייך; און אויב איך גיי יא, וועל איך אים שיקן צו אייך. און ווען ער וועט קומען, וועט ער איבערצייגן די וועלט וועגן זינד און וועגן צדקות און וועגן משפט: וועגן זינד, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט אין מיר; און וועגן צדקות, ווייל איך גיי צום פאטער, און איר וועט מיך מער נישט זען; און וועגן משפט, ווייל דער שר פון דער דאזיקער וועלט איז געמשפט געווארן.
דורך וועלכע ער האט אונדז געשענקט די טייערסטע און גרעסטע הבטחות; כדי דורך די דאזיקע זאלט איר ווערן אנטיילנעמער אין דער ג-טלעכער טבע, אנטרונענדיק פון דער פארדארבונג, וואס איז אין דער וועלט דורך תאווה.
קודם כל, אז אין די לעצטע טעג וועלן קומען אפשפעטער מיט שפאט, וואס גייען לויט זייערע אייגענע גלוסטונגען, און וועלן זאגן: וואו איז די הבטחה פון זיין קומען (ביאת המשיח)? ווארום זינט די אבות זענען איינגעשלאפן, בלייבט אלץ ווי ביים אנהויב פון דער באשאפונג! ווארום בכיוון פארגעסן זיי דאס דאזיקע, אז דורך ה׳ס ווארט שוין פארצייטנס זענען געווען הימלען, און אז אן ערד איז אנטשטאנען אויס וואסער און דורך וואסער; דורך וועלכע די דעמאלטיקע וועלט איז אונטערגעגאנגען אין א וואסער פון מבול; די איצטיקע הימלען אבער און די ערד ווערן אויפבאווארט דורך דעם זעלביקן ווארט און ווערן באהאלטן פאר דעם פייער צום יום הדין און דעם אונטערגאנג פון מענטשן רשעים.
ווארום די עצבות לויט ה׳ איז גורם תשובה צו ישועה, נישט צום באדויערן; די עצבות אבער פון דער וועלט איז גורם דעם טויט.
וואונדערט זיך נישט, ברידער, אויב די וועלט האט אייך פיינט.
מיר ווייסן, אז מיר זענען פון ה׳, און די גאנצע וועלט ליגט אין דער (מאכט) פונם נישט גוטן.
דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן נישט פארגיין.
יהושע/ישוע המשיח איז דער זעלביקער נעכטן, און היינט, און אויף אייביק.
און אז יהושע/ישוע האט עס געהערט, האט ער געענטפערט צו אים: האב נישט קיין מורא; גלויב נאר און זי וועט געראטעוועט ווערן!
ווייל אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם, האט דער טויט געהערשט דורך דעם דאזיקן איינעם, וויפל מער וועלן די, וואס זענען מקבל די שפע פון חסד און דער מתנה פון גערעכטיקייט, הערשן אין לעבן דורך דעם איינעם—יהושע/ישוע המשיח.