Pular para o conteúdo
Publicidade

Não desista!

Por Bíblia Online

'Não desista!' é o grito do céu para a terra. Deus nos encoraja a perseverar na fé, na oração e na esperança, porque a vitória pertence aos que não se rendem.

Força na fraqueza

Os que esperam no Senhor renovam as forças. Deus não se cansa nem se fatiga — Ele dá poder aos fracos e vigor aos cansados.

איך ווייס (וואס עס איז) צו זיין דערנידעריקט, און ווייס (וואס עס איז) צו האבן א שפע: איך האב געלערנט אין אלץ און אין אלעם, סאי זאט צו זיין סאי צו ליידן הונגער, סאי צו האבן א שפע סאי צו ליידן נויט. איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.

דערפאר פאלן מיר נישט אראפ ביי זיך; נאר אויב אפילו אונדזער אויסערלעכער מענטש ווערט פארדארבן, ווערט אבער אונדזער אינערלעכער מענטש באנייט פון טאג צו טאג. ווארום אונדזער לייכטע און צייטווייליקע באדריקונג פארשאפט אונדז, מער און מער איבער דער מאס, א משא פון אייביקן כבוד; ווייל מיר קוקן נישט אויף די זאכן, וואס מען קען זען, נאר אויף די, וואס מען קען נישט זען; ווייל זאכן, וואס מען זעט, זענען לפי שעה, אבער די זאכן, וואס מען זעט נישט, זענען אייביק.

Perseverança na fé

Não perca a confiança, pois ela tem grande recompensa. O justo viverá pela fé, e quem perseverar até o fim será salvo.

ווארפט זשע נישט אוועק אייער בטחון, וועלכער האט א גרויסן שכר.

לאמיר האלטן פעסט, אָן צאנקעניק, די אמונה פון דער האפענונג; ווייל געטריי איז דער, וואס האט צוגעזאגט; און לאמיר סטימולירן איינער פון דעם אנדערן, צו וועקן צו ליבע און צו מעשים טובים; נישט צו פארנאכלעסיקן אונדזער פארזאמלען זיך, ווי עס איז די געוואוינהייט פון אייניקע; נאר לאמיר מזהיר זיין איינער דעם אנדערן, און דאס אויף אזויפיל מער אויף וויפל איר זעט דעם טאג זיך דערנענטערן.

אָן אמונה אבער איז נישט מעגלעך אים וואוילצוגעפעלן; ווייל דער, וואס דערנענטערט זיך צו ה׳ מוז גלויבן, אז ער איז, און אז ער וועט זיין א גומל שכר צו די, וואס זוכן אים.

ווארום ה׳ס ווארט איז לעבעדיק און ענערגיש און שארפער ווי יעדע צוויי-שארפיקע שווערד און דרינגט אדורך ביז צום אפשיידן פון נפש און גייסט, מארך און ביין, און מישפטן די מחשבות און צילן פון דעם הארצן.

לאמיר נישט ווערן מיד צו טאן גוטס; ווארום מיר וועלן שניידן אין דער געהעריקער צייט, אויב מיר וועלן נישט מאט ווערן.

איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין.

דא איז די סבלנות פון די קדושים, וועלכע היטן אפ ה׳ס געבאטן און די אמונה פון יהושען/ישוען.

וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב.

Deus é refúgio

O Senhor é nosso refúgio e fortaleza. Ele ouve nossas orações, nos consola nas tribulações e transforma choro em dança.

Vitória em Cristo

Jesus venceu o mundo e nos dá vitória. Para Deus nada é impossível, e Ele faz infinitamente mais do que pedimos ou pensamos.

דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.

פון דעמאלט אָן האבן א סך פון זיינע תלמידים זיך צוריקגעצויגן, און זענען מיט אים מער נישט ארומגעגאנגען. יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט צו די צוועלף: צי ווילט איר אויך אוועקגיין? האט שמעון פעטרוס אים געענטפערט: האר, צו וועמען זאלן מיר גיין? דו האסט די ווערטער פון אייביקן לעבן. און מיר גלויבן און ווייסן, אז דו ביסט דער קדוש אלקים.

איך וועל אייך נישט איבערלאזן ווי יתומים; איך וועל קומען צו אייך.

בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן! מחמת יעדער, וואס בעט, באקומט; און דער, וואס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן.

קומט צו מיר אלע, וואס הארעווען שווער און זענען באלאסטעט, און איך וועל אייך געבן רו. נעמט מיין יאך אויף זיך, און לערנט פון מיר; ווייל איך בין אן ענו און פון א נידריק געמיט, און איר וועט געפינען מנוחה פאר אייערע נשמות. מחמת מיין יאך איז אנגענעם, און מיין לאסט איז גרינג!

און יהושע/ישוע האט אויף זיי געקוקט און געזאגט צו זיי: ביי מענטשן איז דאס דאזיקע אוממעגלעך; ביי ה׳ אבער איז אלץ מעגלעך.

ווייל קיין זאך איז נישט אוממעגלעך פאר ה׳.

Esperança e transformação

O Senhor completa a boa obra que começou em nós. Ele faz novas todas as coisas e dá esperança para o futuro.

זייענדיק בטוח אין דער דאזיקער זאך, אז ער (ה׳), וואס האט אנגעהויבן א גוטע ארבעט אין אייך, וועט זי פארפאלקאמענען ביז צום טאג פונם משיח יהושע/ישוע;

דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי!

און איך האב געזען א נייעם הימל און א נייע ערד; ווארום דער ערשטער הימל און די ערשטע ערד זענען פארגאנגען; און דער ים איז מער נישטא. (ישעיהו סה, יז.) און די הייליקע שטאט ירושלים האב איך געזען אראפנידערן ביי אויס דעם הימל פון ה׳, צוגעגרייט ווי א כלה אויסגעצירט פאר איר מאן. און האב געהערט א הויך קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: זע, דאס משכן פון ה׳ איז מיט די מענטשן, און ער וועט וואוינען צווישן זיי, און זיי וועלן זיין זיינע פעלקער, און ה׳ אליין וועט זיין מיט זיי, און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.

Permanecendo firme

Persevere na oração, firme-se na Palavra e fortaleça-se na graça de Cristo. A fé vem pelo ouvir, e o ouvir pela Palavra de Deus.

ווערט נישט אפהענטיק אין פלייסיקייט, זייט אייפערדיק אינם גייסט; דינט דעם האר; אין דער האפענונג, זייט פריילעך; אין א צרה, זייט געדולדיק; אינם תפילה טאן, האלט אָן;

אין דער האפענונג, זייט פריילעך; אין א צרה, זייט געדולדיק; אינם תפילה טאן, האלט אָן;

געליבטע, זייט זיך נישט נוקם, נאר מאכט אן ארט פאר דעם צארן, ווארום עס שטייט געשריבן: ביי מיר איז נקמה איך וועל פארגעלטן, זאגט דער האר ג-ט. (דברים לב, לה.)

אזוי ארום איז דער גלויבן פון הערן, און דאס הערן דורך משיחס ווארט.

און מיר ווייסן, אז פאר אלע, וואס האבן ליב ה׳, ווירקט אלץ צוזאמען צום גוטן, צו די, וואס זענען גערופן לויט זיין ציל.

אלע כתבי (הקודש) זענען אינספירירט פון ה׳ס גייסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארויפצופירן אויפן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות; כדי דער מענטש פון ג-ט זאל זיין שלמותדיק, פעליק צוגעגרייט צו כלערליי מעשים טובים.

האלט דיך ביים פארבילד פון געזונטע ווערטער, וועלכע דו האסט געהערט פון מיר, אין גלויבן און אין ליבע, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע. היט אפ דעם גוטן פקדון דורך דעם רוח הקודש, וועלכער וואוינט אין אונדז.

און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אליין און ג-ט דער פאטער אונדזערער, וועלכער האט אונדז ליב געהאט און אונדז געגעבן אן אייביקע נחמה און א גוטע האפענונג אין זיין חסד, זאל טרייסטן אייערע הערצער און (אייך) שטארקן אין כלערליי מעשים טובים און יעדן גוטן ווארט.

ווען מיר זענען זיך מתוודה אויף אונדזערע זינד, איז ער געטריי און גערעכט אז ער זאל אונדז מוחל זיין די זינד און אונדז רייניקן פון יעדער אומגערעכטיקייט. (משלי כח, יג.)

און דאס איז דער בטחון, וואס מיר האבן צו אים: אז ווען מיר בעטן עפעס לויט זיין רצון, הערט ער אונדז; און אויב מיר ווייסן, אז ער הערט אונדז, וועגן וואס מיר בעטן, ווייסן מיר, אז מיר האבן די בקשות, וועלכע מיר האבן געבעטן פון אים.

זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער.

Seja o primeiro