Nascer de novo
Nascer de novo é a porta de entrada para a vida em Deus. Jesus ensinou que sem o novo nascimento espiritual, ninguém pode ver nem entrar no Reino de Deus.
A necessidade do novo nascimento
Jesus declarou a Nicodemos: 'Aquele que não nascer de novo não pode ver o Reino de Deus.' O novo nascimento é pelo Espírito.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳. זאגט נקדימון צו אים: וויאזוי קען א מענטש געבוירן ווערן, זייענדיק א זקן? צי קען ער דען א צווייט מאל אריינגיין אין זיין מוטערס לייב און געבוירן ווערן? האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳. דאס, וואס איז געבוירן פון דעם פלייש, איז פלייש; און דאס, וואס איז געבוירן פון גייסט, איז גייסט. וואונדער דיך נישט, ווייל איך האב דיר געזאגט: איר מוזט ווידער געבוירן ווערן. דער ווינט בלאזט, וואו ער וויל, און דו הערסט זיין קול, נאר ווייסט נישט, פונוואנען ער קומט און וואואהין ער גייט; פונקט אזוי איז יעדער איינער וואס איז געבוירן פון דעם גייסט.
האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳. דאס, וואס איז געבוירן פון דעם פלייש, איז פלייש; און דאס, וואס איז געבוירן פון גייסט, איז גייסט. וואונדער דיך נישט, ווייל איך האב דיר געזאגט: איר מוזט ווידער געבוירן ווערן.
באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אויפנעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קליין קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינגיין דערין!
אין יענער שעה זענען די תלמידים געקומען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: ווער איז אינדעראמתן דער גרעסטער אין דעם מלכות השמים? און ער האט גערופן צו זיך א קינד, און האט עס געשטעלט אין זייער מיט, און געזאגט: באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט זיך נישט אומקערן, און ווערן ווי די קינדער, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אין דעם מלכות השמים! דעריבער ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן ווי דאס דאזיקע קינד, דער איז דער גרעסטער אין מלכות השמים.
Nova criação em Cristo
Quem está em Cristo é nova criação. Morremos e ressuscitamos com Ele para viver em novidade de vida, livres do velho homem.
דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי!
מיר זענען דעריבער נקבר געווארן מיט אים דורך דער מקווה צום טויט, כדי, ווי משיח איז אויפגעוועקט געווארן פון די טויטע דורך דעם כבוד פונם פאטער, אזוי זאלן אויך מיר גיין באנייטע אין לעבן. ווארום אויב מיר זענען צוזאמען געפלאנצט געווארן אין דער ענלעכקייט פון זיין טויט, וועלן מיר אויך זיין אין דער ענלעכקייט פון זיין תחית המתים, וויסנדיק דאס דאזיקע, אז אונדזער אלטער מענטש איז צוזאמען מיט אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, כדי דער גוף פון זינד זאל פארניכטעט ווערן און מיר זאלן מער נישט זיין פארשקלאפט צו דער זינד; ווארום דער ניפטר איז גערעכטפערטיקט פון דער זינד.
מיר זענען דעריבער נקבר געווארן מיט אים דורך דער מקווה צום טויט, כדי, ווי משיח איז אויפגעוועקט געווארן פון די טויטע דורך דעם כבוד פונם פאטער, אזוי זאלן אויך מיר גיין באנייטע אין לעבן.
אזוי זאלט איר זיך אויך באטראכטן ווי טויט צו דער זינד, אבער לעבעדיק צו ה׳ אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.
אז וואס שייך דעם פריערדיקן לעבנס־שטייגער זאלט איר אפטאן דעם אלטן מענטשן, וועלכער גייט צו גרונט פון די פארפירערישע תאוות, און באנייט ווערן אינם גייסט פון אייער פארשטאנד. און זאלט זיך אנקליידן דעם נייעם מענטשן, וואס איז באשאפן געווארן לויט (דעם דמות) אלקים אין צדקות און קדושה פונם אמת.
זאגט נישט קיין שקר איינס דעם אנדערן, ווייל איר האט אויסגעטאן (פון זיך) דעם אלטן מענטשן מיט זיינע מעשים, און האט אנגעטאן דעם נייעם, וועלכער ווערט באנייט צו דערקענטעניש לויט דעם אפבילד פון זיין באשעפער; וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.
Filhos de Deus
Nascemos de novo pela Palavra viva de Deus. Quem crê em Jesus recebe o direito de se tornar filho de Deus, nascido do Espírito.
וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען: וועלכע זענען געבוירן געווארן נישט פון בלוט, נישט פון דעם ווילן פון דעם פלייש, אויך נישט פון דעם ווילן פון א מאן, נאר פון ה׳.
געלויבט זאל זיין דער ג-ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וועלכער האט לויט זיינע גרויסע רחמים אונדז ווידערגעבוירן צו א לעבעדיקער האפענונג דורך יהושע/ישוע המשיחס אויפשטיין פון די טויטע, צו אן אומפארדארבלעכער און אומבאפלעקטער ירושה, און וואס פארוועלקט נישט, וועלכע איז באהאלטן אין הימל פאר אייערטוועגן,
ווי ווידערגעבוירענע, נישט פון א פארדארבלעכן זאמען, נאר פון אן אומפארדארבלעכן, דורך ה׳ס לעבעדיק און בלייבנדיק ווארט.
ווי נאר וואס געבוירענע עופהלעך, זאלט איר באגערן די גייסטיקע, נישט געפעלשטע מילך, כדי איר זאלט אויפוואקסן דורך דער זעלביקער צו ישועה, אויב איר האט טועם געווען, אז דער האר איז גוט;
זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט. געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז.
ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ, כדי אויסצולייזן די, וואס זענען אונטער דער געזעץ, כדי מיר זאלן באקומען דאס אדאפטירונג,
ה׳ אבער, זייענדיק רייך אין רחמים, האט צוליב זיין גרויסער ליבע, מיט וועלכער ער האט אונדז ליב געהאט, אפילו ווען מיר זענען געווען טויט אין די עבירות, אונדז לעבעדיק געמאכט צוזאמען מיט דעם משיח—מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן—