Publicidade

Nascimento de Jesus

Por Bíblia Online

O nascimento de Jesus é o evento que divide a história. O Verbo se fez carne e habitou entre nós. Deus enviou seu Filho ao mundo para nos salvar e nos reconciliar consigo.

O Verbo se fez carne

Jesus não nasceu por acaso — sua encarnação foi planejada antes da fundação do mundo. Ele se esvaziou e assumiu a forma humana por amor.

זאל ביי אייך זיין די זעלביקע מחשבה, וואס איז געווען אין דעם משיח יהושע/ישוע, וועלכער, זייענדיק אין דעם געשטאלט פון ג-ט, האט עס נישט באטראכט פאר א חזקה פעסטצוהאלטן גלייך צו זיין צו ה׳, נאר האט זיך אויסגעליידיקט, נעמענדיק אויף זיך דאס געשטאלט פון א קנעכט, ווערנדיק ענלעך צו מענטשן; און געפונען ווערנדיק אין מענטשלעכער פארם, האט ער זיך נידריק געמאכט און איז געווארן געהארכזאם ביז צום טויטדעם טויט אויפן בוים.

ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ, כדי אויסצולייזן די, וואס זענען אונטער דער געזעץ, כדי מיר זאלן באקומען דאס אדאפטירונג,

דעריבער, אזוי ווי די קינדער נעמען אן אנטייל אין פלייש און בלוט, האט ער אויך ענלעך אנטייל גענומען אין זיי, כדי דורך דעם טויט זאל ער צונישט מאכן דעם, וואס האט די מאכט פון טויט, דאס הייסט דעם שׂטן, און באפרייען די דאזיקע, וועלכע זענען דורך דער מורא פארן טויט געווען אונטערגעווארפן צו קנעכטשאפט אלע טעג פון זייער לעבן.

צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק.

ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.

O anúncio e o nascimento

O nascimento de Jesus foi anunciado por anjos, precedido por sinais e recebido com adoração pelos pastores e pelos magos do oriente.

און די געבורט פון יהושע/ישוע המשיחן איז פארגעקומען אויף אזא אופן: ווען זיין מוטער מרים איז געווען פארקנסט צו יוספן, איידער זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, איז זי געפונען געווארן מעוברת פונם רוח הקודש.

און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש. און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע; מחמת ער וועט ראטעווען זיין פאלק פון זייערע זינד. און דאס אלץ איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר (ה׳) דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:

זע די עלמה וועט פארגיין אין טראגן,

און געבוירן א זון,

און מען וועט רופן זיין נאמען עמנואל,

(ישעיהו ז, יד.)

וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז. און ווען יוסף איז אויפגעשטאנען פון שלאף, האט ער געטאן, ווי דער מלאך פון דעם האר (ג-ט) האט אים באפוילן, און ער האט גענומען צו זיך זיין ווייב; און האט זיך מיט איר נישט באהאפטן, ביז זי האט געבוירן א זון, און ער האט גערופן זיין נאמען יהושע/ישוע.

און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳, און זע, דו וועסט מעוברת ווערן און געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע, ער וועט זיין גרויס, און וועט גערופן ווערן זון פון דעם אויבערשטער; און דער האר ג-ט וועט אים געבן דעם טראן פון זיין פאטער דוד; און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו-ז.)

און יוסף איז אויך ארויפגעגאנגען פון גליל, אויס דער שטאט נצרת, קיין יהודה, אין דער שטאט פון דוד, וועלכע הייסט בית-לחם, ווייל ער איז געווען פון דעם הויז און משפחה פון דוד (המלך); אז ער זאל זיך לאזן רעגיסטרירן צוזאמען מיט מרים, וואס איז געווען פארקנסט צו אים, און איז געווען מעוברת. און עס איז געשען, בשעת זיי זענען דארט געווען, דאס די טעג פון איר קימפעט זענען דערפילט געווארן, און זי האט געבוירן איר זון, דעם בכור, און האט אים איינגעוויקלט אין ווינדעלעך און אריינגעלייגט אין א מולטער, צוליב דעם וואס עס איז נישט געווען קיין ארט פאר זיי אין דער אכסניה.

און דער מלאך האט צו זיי געזאגט: פארכט זיך נישט! ווארום זע, איך זאג אייך אָן א גוטע בשורה פון גרויסער פרייד, וועלכע איז פארן גאנצן פאלק; אז אייך איז היינט געבוירן געווארן א גואל, וועלכער איז משיח, דער האר, אין דער שטאט פון דוד. (מיכה ה, א.) און דאס דאזיקע איז פאר אייך א צייכן: איר וועט געפינען א קליין קינד איינגעוויקלט אין ווינדלען און ליגנדיק אין א מולטער.

און עס איז געשען, ווי די מלאכים זענען פון זיי אוועק אין הימל אריין, האבן די פאסטוכער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר איצט גיין קיין בית-לחם, און זען די דאזיקע זאך, וואס איז געשען, וועלכע דער האר (ה׳) האט אונדז צו וויסן געטאן. און זיי זענען געגאנגען איילנדיק און האבן געפונען מרים און יוספן, און דאס קליינע קינד ליגנדיק אין דער מולטער. און ווען זיי האבן עס געזען האבן זיי באקאנט געמאכט דאס ווארט, וואס איז צו זיי גערעדט געווארן וועגן דעם דאזיקן קינד. און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וואס איז געזאגט געווארן פון די פאסטוכער.

O Rei que veio servir

Jesus nasceu para ser Rei, e todo aquele que é da verdade ouve a sua voz. Os magos o adoraram e ofereceram seus tesouros.

פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול.

און זיי, האבנדיק געהערט דעם קעניג, האבן זיך געווענדט אויף זייער וועג; און זע, דער שטערן, וועלכן זיי האבן געזען אויפן מזרח, איז געגאנגען פאר זיי, ביז ער איז געקומען און זיך געשטעלט איבער דעם ארט, וואו דאס קינד איז געווען. און זעענדיק דעם שטערן, האבן זיי זיך געפריידט מיט א זייער גרויסער שמחה. און זענען אריינגעגאנגען אין הויז און האבן געזען דאס קינד מיט מרים, זיין מוטער; און זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט צו אים; און האבן אויפגעעפנט זייערע אוצרות און אים געברענגט מתנות, גאלד און וויירויך און מירע. און ווערנדיק געווארנט אין א חלום, זיך נישט אומצוקערן צו הורדוסן, זענען זיי אוועק אויף אן אנדערן וועג אין זייער אייגן לאנד אריין.

Seja o primeiro
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-07-05_19-25-13-