Pular para o conteúdo
Publicidade

Nascimento

Por Bíblia Online

O nascimento é obra das mãos de Deus. Cada criança é formada por Ele no ventre materno com propósito e amor. A Bíblia celebra a vida desde a concepção até a eternidade.

O nascimento de Jesus

O maior nascimento da história mudou o curso da humanidade. Jesus nasceu de uma virgem pelo poder do Espírito Santo, conforme as profecias.

און די געבורט פון יהושע/ישוע המשיחן איז פארגעקומען אויף אזא אופן: ווען זיין מוטער מרים איז געווען פארקנסט צו יוספן, איידער זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, איז זי געפונען געווארן מעוברת פונם רוח הקודש. יוסף, איר מאן, איז אבער געווען א צדיק, און האט איר נישט געוואלט אנטון קיין חרפה, האט ער בדעה געהאט, שטילערהייט מיט איר זיך פאנאנדערצוגיין. און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש. און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע; מחמת ער וועט ראטעווען זיין פאלק פון זייערע זינד.

און דאס אלץ איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר (ה׳) דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:

זע די עלמה וועט פארגיין אין טראגן,

און געבוירן א זון,

און מען וועט רופן זיין נאמען עמנואל,

(ישעיהו ז, יד.)

וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז. און ווען יוסף איז אויפגעשטאנען פון שלאף, האט ער געטאן, ווי דער מלאך פון דעם האר (ג-ט) האט אים באפוילן, און ער האט גענומען צו זיך זיין ווייב; און האט זיך מיט איר נישט באהאפטן, ביז זי האט געבוירן א זון, און ער האט גערופן זיין נאמען יהושע/ישוע.

און אין דעם זעקסטן חודש איז דער מלאך גבריאל געשיקט געווארן פון ה׳ קיין גליל אין א שטאט אריין וואס האט געהייסן נצרת, צו א יונגפרוי בתולה וואס איז געווען פארקנסט צו א מאן מיט דעם נאמען יוסף, אויס דעם בית דוד; און די יונגפרוי בתולה האט געהייסן מרים.

און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳, און זע, דו וועסט מעוברת ווערן און געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע, ער וועט זיין גרויס, און וועט גערופן ווערן זון פון דעם אויבערשטער; און דער האר ג-ט וועט אים געבן דעם טראן פון זיין פאטער דוד; און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו-ז.)

און מרים האט געזאגט צום מלאך: וויאזוי וועט דאס דאזיקע זיין, איך קען דאך נישט קיין מאן? און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.)

Formados desde o ventre

Deus nos teceu no ventre de nossa mãe. Antes de nascermos, Ele já nos conhecia e nos separou para um propósito sagrado.

Crianças — bênção e promessa

Jesus acolheu as crianças e disse: delas é o Reino dos céus. Os filhos são herança do Senhor e motivo de alegria para os pais.

יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און שטערט זיי נישט; מחמת צו אזעלכע געהערט דאס מלכות השמים.

דעריבער ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן ווי דאס דאזיקע קינד, דער איז דער גרעסטער אין מלכות השמים. און ווער עס וועט אויפנעמען איין קינד אזעלכעס אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף.

און האט זיי גענומען אויף זיינע ארעמס, און געבענטשט, ארויפלייגנדיק די הענט אויף זיי.

Nascer de novo

Jesus ensinou que é preciso nascer de novo para ver o Reino de Deus. O novo nascimento é espiritual — pelo Espírito e pela Palavra.

האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳.

א פרוי, ווען זי גייט צו קינד, איז טרויעריק, ווייל איר שעה איז געקומען; ווען אבער זי האט געבוירן דאס קינד, געדענקט זי מער נישט די אנגסט, צוליב דער פרייד, אז א מענטש איז געבוירן געווארן אין דער וועלט אריין.

יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, טוט נישט קיין זינד, ווייל זיין זאמען בלייבט אין אים; און ער קען נישט זינדיקן, ווייל ער איז געבוירן געווארן פון ה׳.

Seja o primeiro