Nova aliança
A Nova Aliança é o pacto de graça que Deus estabeleceu através de Jesus Cristo. Diferente da antiga, ela é escrita no coração, mediada pelo sangue de Cristo e acessível a todos.
A profecia da Nova Aliança
Jeremias profetizou uma aliança nova em que Deus escreveria sua lei no coração do povo. Essa promessa se cumpriu em Cristo.
אבער איצט האט ער דערגרייכט א בעסערע עבודה אויף אזויפיל, אויף וויפל אויך דער ברית, פון וועלכן ער איז דער פארמיטלער, איז גרעסער, וועלכער איז פעסטגעזעצט אויף גרעסערע הבטחות. ווארום אויב יענער ערשטער (בונד) וואלט געווען אָן א פגם, וואלט נישט געזוכט געווארן קיין ארט פאר א צווייטן.
און דערמיט, וואס ער זאגט א נייעם (ציטירן ניטציטירן), האט ער אלט געמאכט דעם ערשטן (בונד, ברית); דאס אלטע און פארעלטערטע אבער איז נאענט פארשווונדן צו ווערן.
אזוי איז יהושע/ישוע געווארן אן ערב פון א בעסערן בונד.
Selada com sangue
Jesus instituiu a Nova Aliança na Última Ceia: 'Este cálice é a nova aliança no meu sangue.' Seu sacrifício é definitivo e perfeito.
דעסגלייכן אויך דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער בעכער איז דער נייער בונד אין מיין בלוט, וואס ווערט פארגאסן פאר אייך.
און ער האט גענומען א כוס, געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי, זאגנדיק: טרינקט אלע דערפון! מחמת דאס איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע צו דער פארגעבונג פון זינד.
אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג-ט? און צוליב דעם איז ער דער פארמיטלער פון דעם נייעם בונד, כדי נאכדעם ווי זיין טויט איז געווארן פאר אן אויסלייזונג פון די עבירות, וואס זענען אונטער דעם ערשטן בונד, זאלן די גערופענע באקומען די אייביקע ירושה.
ווארום וואו עס איז דא א צוואה, דארט מוז געשען דער טויט פון דעם, וואס האט געמאכט די צוואה. ווייל א צוואה טרעט ערשט אריין אין קראפט, ווען מען איז שוין געשטארבן, אנדערש האט זי נישט קיין מאכט ווען דער, וואס האט געמאכט די צוואה, לעבט. דעריבער איז אויך דער ערשטער בונד נישט איינגעווייט געווארן אָן בלוט. ווארום משה, האבנדיק געזאגט אלע געבאטן פון דער תורה צום גאנצן פאלק, האט גענומען דאס בלוט פון די קעלבער און פון די בעק מיט וואסער און רויטער וואל און היזאפ און באשפריצט דאס ספר און דאס גאנצע פאלק, זאגנדיק:
דאס דאזיקע איז דאס בלוט פון דעם בונד,
וואס ה׳ האט אייך באפוילן.
(שמות כד, ח.)
ווארום די געזעץ, האבנדיק נאר א שאטן פון די קומענדיקע גוטע זאכן, נישט דאס רעאל סובסטאנץ פון די זאכן אליין, קען קיינמאל נישט מאכן שלמותדיק די, וואס קומען מיט די קרבנות, וואס מען איז מקריב אָן אויפהער יאר איין יאר אויס. ווייל אין קעגנפאל וואלט מען דען נישט אויפגעהערט זיי צו ברענגען? צוליב דעם וואס די, וועלכע ריכטן אפ די עבודה, זייענדיק איינמאל גערייניקט געווארן, וואלטן מער נישט געהאט קיין געוויסן פון זינד. נאר אין די דאזיקע (קרבנות) איז פאראן א יערלעכע דערמאנונג פון זינד. ווייל דאס בלוט פון רינדער און בעק האט נישט דעם כוח אוועקצונעמען זינד.
Reconciliação e vida nova
Pela Nova Aliança somos reconciliados com Deus, trazidos para perto pelo sangue de Cristo e feitos embaixadores da reconciliação.
דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי! און דאס אלץ איז פון ה׳, וועלכער האט אונדז געמאכט שלום (ישעיהו נג, ה.) מיט זיך אליין דורך דעם משיח און אונדז געגעבן די עבודה פון די מאכן פון שלום; ווייל ה׳ איז געווען אינם משיח, שלום מאכן די וועלט מיט זיך אליין, נישט צורעכענענדיק זיי זייערע זינד, און האט געלייגט אין אונדז דאס ווארט פון דער שלום מאכן.
מיר זענען דעריבער שלום אמבאסאדארן פאר דעם משיח, ווי ה׳ וואלט דורך אונדז מזהיר געווען; מיר בעטן אין משיחס נאמען, זייט זיך שלום מאכן מיט ה׳ (ישעיהו נג, ה.)! ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.).
און אזא בטחון האבן מיר דורך דעם משיח צו ה׳; נישט אז פון זיך אליין זענען מיר פעאיק צו דענקען ווי עפעס וואלט געווען פון אונדז אליין; נאר אונדזער פעאיקייט איז פון ה׳, וועלכער האט אונדז אויך פעאיק געמאכט (צו זיין) דינער פונם נייעם בונד, נישט פונם אות, נאר פונם גייסט; ווארום דער בוכשטאב טייט, דער גייסט אבער מאכט לעבעדיק.
צוליב דעם זאלט איר געדענקען, אז אמאל זענט איר געווען אומות (העולם) אינם פלייש, וואס זענען גערופן געווארן ערלים פון די, וואס הייסן נמולים—א מילה אינם פלייש, א מיט הענט געמאכטע— אז צו יענער צייט זענט איר געווען אָן א משיח, אויסגעשלאסענע פון דעם בירגער רעכט פון ישראל און פרעמדע וואס שייך די בריתות פון דער הבטחה, אָן א האפענונג און אָן ג-ט אין דער וועלט. איצט אבער אינם משיח יהושע/ישוע איר, וואס זענט אמאל געווען ווייט, זענט געווארן נאענט דורך דעם (כפרה) בלוט פון דעם משיח.
אין דעם דאזיקן באשטייט די ליבע, נישט אז מיר האבן ליב געהאט ה׳, נאר אז ער האט אונדז ליב געהאט, און געשיקט זיין זון אלס א (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד.