Publicidade

Pais

Por Bíblia Online

Deus é nosso Pai celestial — amoroso, provedor, disciplinador e fiel. As Escrituras também honram os pais terrenos e os chamam a criar os filhos na instrução do Senhor.

O Pai celestial

Deus é Pai de misericórdias. Ele nos adotou como filhos, nos ama incondicionalmente e cuida de cada detalhe da nossa vida.

זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.

זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.

ווייל איר האט נישט באקומען דעם גייסט פון קנעכטשאפט ווידער מורא צו האבן, נאר איר האט באקומען דעם גייסט פון אדאפטירונג, דורך וועלכן מיר רופן: אבא, טאטע פאטער. אָט דער זעלביקער גייסט זאגט עדות צוזאמען מיט אונדזער גייסט, אז מיר זענען ה׳ס קינדער.

וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען:

חסד צו אייך און שלום פון ג-ט אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח,

O cuidado paterno de Deus

O Pai celestial sabe do que precisamos antes de pedirmos. Ele dá boas dádivas aos filhos que pedem e cuida até dos passarinhos.

קוקט אויף די פייגל פון הימל, אז זיי זייען נישט, און שניידן נישט, און זאמלען אויך נישט אין שייערס אריין; און אייער הימלישער פאטער שפייזט זיי. צי זענט איר דען נישט פיל מער ווערט ווי זיי?

פארקויפט מען דען נישט צוויי פייגעלעך פאר איין פרוטה? און דאך פאלט נישט קיין איינס פון זיי צו דער ערד אָן אייער פאטער. ביי אייך אבער זענען אפילו די האר פון קאפ אלע געציילט. דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן; איר זענט ווערט מער ווי א סך פייגעלעך.

דו אבער, ווען דו טוסט תפילה, גיי אריין אין דיין חדרל, און פארשליס די טיר, און זיי מתפלל צו דיין פאטער, וואס איז פארבארגן, און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.

דו אבער, ווען דו פאסט, זאלב דיר דעם קאפ מיט אייל, און וואש דיר אפ דאס פנים; כדי זאלסט נישט געזען ווערן פון מענטשן, אז דו פאסט, נאר פאר דיין פאטער, וואס איז פארבארגן; און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.

און וועמען פון אייך, וואס איז א פאטער, דער זון וועט בעטן ברויט, צי וועט ער אים דען געבן א שטיין? אדער פיש, צי וועט ער דען אים געבן א שלאנג אנשטאט פיש? אדער אויב ער וועט בעטן אן איי, צי וועט ער דען אים געבן אן עקדיש? דעריבער, אויב איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, על אחת כמה וכמה וועט דער פאטער פון הימל געבן דעם רוח הקודש צו די, וואס בעטן אים!

האב נישט קיין מורא, דו קליינע סטאדע; ווייל עס איז וואוילגעפעלן דעם פאטער אייערן, אייך צו געבן דאס קעניגרייך!

יעדע גוטע גאב און יעדע שלמותדיקע מתנה איז פון אויבן, און קומט אראפ פון דעם פאטער פון ליכט, ביי וועמען עס איז נישט פאראן קיין פארענדערונג אדער א שאטן פון א שנוי.

ער (ה׳), וואס האט נישט געשפארט זיין אייגענעם זון, נאר אים געגעבן פאר אונדז אלעמען, וויאזוי זשע וועט ער נישט מיט אים אונדז אלץ געבן פריי?

Conhecer o Pai

Jesus é o caminho para o Pai. Ninguém conhece o Pai senão o Filho e aquele a quem o Filho quiser revelar.

זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.

אין מיין פאטערס הויז איז דא א סך וואוינונגען; וואלט עס נישט אזוי געווען, וואלט איך עס אייך געזאגט; ווייל איך גיי צוגרייטן אן ארט פאר אייך.

און וואס איר וועט נאר בעטן אין מיין נאמען, וועל איך דאס דאזיקע טאן, כדי דער פאטער זאל פארהערלעכט ווערן אין דעם זון.

ווער עס האט מיינע געבאטן און האלט זיי, דער איז עס, וואס האט מיך ליב; און דער, וואס האט מיך ליב, וועט זיין געליבט פון מיין פאטער, און איך וועל אים ליב האבן, און וועל מיך אנטפלעקן צו אים.

האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב עמיצער האט מיך ליב, וועט ער האלטן מיין ווארט; און מיין פאטער וועט אים ליב האבן; און מיר וועלן קומען צו אים און מאכן א וואוינונג (פאר אונדז) ביי אים.

קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.

און איך גיב זיי אייביק לעבן: און זיי וועלן קיינמאל נישט פארלוירן ווערן, און קיינער וועט זיי נישט ארויסרייסן פון מיינע הענט. מיין פאטער, וואס האט זיי מיר געגעבן, איז גרעסער ווי אלע; און קיינער קען זיי נישט ארויסרייסן פון מיין פאטערס האנט. איך און דער פאטער זענען מיר איינס.

פאטער, איך וויל, אז וואו איך בין, זאלן אויך זיין מיט מיר די, וועלכע דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זען מיין כבוד, וואס דו האסט מיר געגעבן; ווייל דו האסט מיך ליב געהאט פון פאר דער גרינדונג פון דער וועלט.

אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער, און קיינער קען נישט דעם זון אחוץ דער פאטער; און קיינער קען נישט דעם פאטער אחוץ דער זון, און וועמען דער זון וויל אים מגלה זיין.

דעריבער זאלט איר זיין פולקום, ווי אייער הימלישער פאטער איז פולקום.

איר אבער זאלט זיך נישט רופן רבי, מחמת איינער איז אייער רבי, און איר אלע זענט ברידער. און רופט נישט קיינעם אויף דער ערד אייער פאטער; מחמת איינער איז אייער פאטער, וואס איז אין הימל.

אדער אפשר מיינסטו, אז איך קען נישט בעטן מיין פאטער, און ער וועט מיר אפילו איצט געבן מער ווי צוועלף מחנות מלאכים?

זייט בארמהערציק, אזוי ווי אייער פאטער איז בארמהערציק.

און צו ג-ט אונדזער פאטער זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן!

Disciplina e amor paterno

O Pai disciplina os filhos que ama. A correção divina produz fruto de justiça e paz para aqueles que foram exercitados por ela.

אויב איר האלט אויס מוסר, באציט זיך ה׳ צו אייך ווי צו זין; ווארום וואס פאר א זון איז דאס, וועמען דער פאטער מוסרט נישט? אבער אויב איר זענט יא אָן מוסר, פון וועלכן אלע זענען אנטיילנעמער, אזוי זענט איר ממזרים און נישט קיין זין. מיר האבן דאך אויך געהאט לייבלעכע פאטערס, וואס האבן אונדז באשטראפט, און מיר האבן זיי אפגעגעבן כבוד; צי זאלן מיר דען נישט פיל מער זיך אונטערטעניקן צו דעם פאטער פון די גייסטער און לעבן? ווארום במשך טאקע פון ווייניקע טעג האבן זיי אונדז געציכטיקט און לויט זייער איינזען; ער אבער פאר אונדזער נוצן, כדי מיר זאלן האבן א חלק אין זיין קדושה.

Pais terrenos

A Bíblia honra os pais que criam os filhos nos caminhos de Deus. Honrar pai e mãe é mandamento com promessa de vida longa.

קינדער, געהארכט אייערע עלטערן אינם האר, ווארום דאס איז יושרדיק. האלט ערלעך דיין פאטער און מוטער, דאס איז דאס ערשטע געבאט מיט א הבטחה; כדי עס זאל דיר גיין וואויל, און דו זאלסט לעבן לאנג אויף דער ערד. (דברים ה, טז.) און איר, טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, נאר דערציט זיי אין דעם חינוך און אין דעם מוסר פון דעם האר.

און איר, טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, נאר דערציט זיי אין דעם חינוך און אין דעם מוסר פון דעם האר.

קינדער, זייט געהארכזאם צו אייערע עלטערן אין אלעם, ווארום דאס דאזיקע איז וואוילגעפעלן פאר דעם האר. טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, כדי זיי זאלן נישט פארלירן דעם מוט.

ווארום די ערנסטע בענקשאפט פון דער באשאפונג ווארט אויפן אנטפלעקט ווערן פון ה׳ס קינדער.

איך שרייב צו אייך, אבות, ווייל איר קענט אים, וואס איז פון אנהויב אָן. איך שרייב צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). איך האב געשריבן צו אייך, קינדער, ווייל איר קענט דעם פאטער.

איך האב געשריבן צו אייך, פאטערס, ווייל איר קענט אים, וועלכער איז פון אנהויב אָן. איך האב געשריבן צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר זענט שטארק, און ה׳ס ווארט פארבלייבט אין אייך, און איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן).

האט נישט ליב די וועלט, אויך נישט די זאכן, וואס זענען אין דער וועלט. אויב איינער האט ליב די וועלט, איז דעם פאטערס ליבע נישט אין אים.

Seja o primeiro
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-07-05_19-25-13-