Pular para o conteúdo
Publicidade

A paixão de Cristo

Por Bíblia Online

A paixão de Cristo é o ato de amor supremo da história. Jesus sofreu voluntariamente a cruz, carregando os pecados da humanidade para nos dar vida eterna.

O caminho da cruz

Jesus sabia o que o aguardava. Mesmo em agonia, submeteu-se à vontade do Pai e caminhou resolutamente para o Calvário.

פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין.

דעמאלט זאגט ער צו זיי: מיין נפש איז טיף באטריבט, ביז צום טויט! בלייבט דא, און וואכט מיט מיר!

און געפונען ווערנדיק אין מענטשלעכער פארם, האט ער זיך נידריק געמאכט און איז געווארן געהארכזאם ביז צום טויטדעם טויט אויפן בוים.

דעריבער, אזוי ווי די קינדער נעמען אן אנטייל אין פלייש און בלוט, האט ער אויך ענלעך אנטייל גענומען אין זיי, כדי דורך דעם טויט זאל ער צונישט מאכן דעם, וואס האט די מאכט פון טויט, דאס הייסט דעם שׂטן, און באפרייען די דאזיקע, וועלכע זענען דורך דער מורא פארן טויט געווען אונטערגעווארפן צו קנעכטשאפט אלע טעג פון זייער לעבן.

O sacrifício voluntário

Ninguém tirou a vida de Jesus — Ele a deu voluntariamente. Ele veio para servir e dar a sua vida em resgate por muitos.

דערפאר האט דער פאטער מיך ליב, ווייל איך לייג אנידער מיין לעבן, כדי איך זאל עס ווידער נעמען. קיינער נעמט עס נישט אוועק פון מיר, נאר פון מיר אליין לייג איך עס אנידער. איך האב רשות עס אנידערצולייגן, און האב רשות עס ווידער צו נעמען. דאס דאזיקע געבאט האב איך באקומען פון מיין פאטער.

ווארום אפילו דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייז פאר פילע.

און די הויפט כהנים און דאס גאנצע סנהדרין האבן געזוכט אן עדות זאגן קעגן יהושען/ישוען, כדי אים צו טייטן; און האבן נישט געפונען.

אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים.

ווארום דערצו זענט איר בארופן געווארן; ווייל אויך משיח האט געליטן פאר אייערטוועגן, און איבערגעלאזט א ביישפיל פאר אייך, כדי איר זאלט נאכפאלגן זיינע פוסטריט; וועלכער האט קיין חטא נישט געטאן, נישט איז געפונען געווארן א פאלשקייט אין זיין מויל; וועלכער, ווערנדיק געזידלט, האט נישט צוריקגעזידלט; ליידנדיק, האט נישט געסטראשעט, נאר זיך איבערגעגעבן צום שופט צדק; וועלכער האט אליין ארויפגעטראגן אונדזערע זינד אין דעם קערפער זיינעם אויף דעם בוים, כדי מיר, אפשטארבנדיק וואס שייך די זינד, זאלן לעבן צו צדקות; דורך וועמעס וואונדן איר זענט געהיילט געווארן.

Seja o primeiro