Publicidade

A Palavra de Deus

Por Bíblia Online

A Palavra de Deus é viva, eficaz e eterna. Desde 'No princípio era o Verbo' até 'O céu e a terra passarão, mas as minhas palavras não hão de passar', ela é a revelação suprema do Criador.

No princípio era o Verbo

A Palavra é Deus encarnado. No princípio era o Verbo, o Verbo estava com Deus, e o Verbo era Deus. Todas as coisas foram feitas por Ele.

אינם אנהויב איז געווען דאס ווארט, און דאס ווארט איז געווען ביי ה׳, און דאס ווארט איז געווען גארנישט ווייניקער ווי ג-ט.

אינם אנהויב איז געווען דאס ווארט, און דאס ווארט איז געווען ביי ה׳, און דאס ווארט איז געווען גארנישט ווייניקער ווי ג-ט.

און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.

און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.

וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג-טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;

דורך אמונה זענען מיר משיג, אז די וועלטן זענען געמאכט געווארן דורך דעם ווארט פון ה׳, אזוי, אז וואס סע ווערט געזען איז נישט געמאכט געווארן פון דעם, וואס דערשיינט.

A Palavra é viva e eficaz

A Palavra de Deus é mais cortante que espada de dois gumes. Ela julga pensamentos e intenções do coração, transforma e liberta.

ווארום ה׳ס ווארט איז לעבעדיק און ענערגיש און שארפער ווי יעדע צוויי-שארפיקע שווערד און דרינגט אדורך ביז צום אפשיידן פון נפש און גייסט, מארך און ביין, און מישפטן די מחשבות און צילן פון דעם הארצן.

ווארום ה׳ס ווארט איז לעבעדיק און ענערגיש און שארפער ווי יעדע צוויי-שארפיקע שווערד און דרינגט אדורך ביז צום אפשיידן פון נפש און גייסט, מארך און ביין, און מישפטן די מחשבות און צילן פון דעם הארצן.

און דעם העלם פון ישועה זאלט איר נעמען, און די שווערד פון דעם גייסט, וואס איז ה׳ס ווארט;

Toda Escritura é inspirada

Toda a Escritura é inspirada por Deus e útil para ensino, correção e instrução na justiça. Ela é perfeita e imutável.

אלע כתבי (הקודש) זענען אינספירירט פון ה׳ס גייסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארויפצופירן אויפן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות;

אלע כתבי (הקודש) זענען אינספירירט פון ה׳ס גייסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארויפצופירן אויפן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות; כדי דער מענטש פון ג-ט זאל זיין שלמותדיק, פעליק צוגעגרייט צו כלערליי מעשים טובים.

אלע כתבי (הקודש) זענען אינספירירט פון ה׳ס גייסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארויפצופירן אויפן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות; כדי דער מענטש פון ג-ט זאל זיין שלמותדיק, פעליק צוגעגרייט צו כלערליי מעשים טובים.

Luz para o caminho

A Palavra é lâmpada para os pés e luz para nosso caminho. Ela ilumina, orienta e protege o que nela medita dia e noite.

Obedecer a Palavra

Seja praticante da Palavra e não apenas ouvinte. Jesus disse que quem ouve e pratica é como o homem sábio que edificou sobre a rocha.

זייט אבער טוער פונם ווארט, און נישט בלויז הערער, וואס פארפירן זיך אליין.

זייט אבער טוער פונם ווארט, און נישט בלויז הערער, וואס פארפירן זיך אליין.

זייט אבער טוער פונם ווארט, און נישט בלויז הערער, וואס פארפירן זיך אליין. ווייל אויב עמיצער איז א הערער פונם ווארט, און נישט קיין טוער, איז דער דאזיקער געגליכן צו א מאן, וועלכער קוקט אויף זיין לייבלעך פנים אין א שפיגל; ווארום ער האט געקוקט אויף זיך און איז אוועקגעגאנגען; און גלייך פארגעסן, ווי ער האט אויסגעזען.

דעריבער, טוט אפ (פון זיך) יעדע אומריינקייט און איבערפלוס פון שלעכטסקייט, נעמט אָן מיט ענווה דאס איינגעפלאנצטע ווארט, וואס איז בכוח צו ראטעווען אייערע נשמות.

דעריבער יעדער איינער, וואס הערט די דאזיקע ווערטער מיינע, און טוט זיי, וועט זיין געגליכן צו א מאן א חכם, וואס האט געבויט זיין הויז אויף דעם פעלדזן.

ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן:

נישט פון ברויט אליין זאל דער מענטש לעבן,

נאר פון יעדן ווארט,

וואס קומט ארויס פון ה׳ס מויל.

(דברים ח, ג.)

ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן:

נישט פון ברויט אליין זאל דער מענטש לעבן,

נאר פון יעדן ווארט,

וואס קומט ארויס פון ה׳ס מויל.

(דברים ח, ג.)

ער אבער האט געזאגט: יא, וואויל איז די, וואס הערן ה׳ס ווארט, און היטן עס אפ!

און יהושע/ישוע האט אים געענטפערט: עס שטייט געשריבן:

נישט מיט ברויט אליין וועט דער מענטש לעבן!

(דברים ח, ג.)

און אויף אלעמען איז אנגעפאלן א מורא, און זיי האבן גערעדט איינער מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: וואס פאר א ווארט איז דאס, אז מיט מאכט און מיט כוח באפעלט ער די אומריינע גייסטער, און זיי גייען ארויס!

A Palavra que permanece

Céus e terra passarão, mas as palavras de Jesus jamais passarão. A Palavra do Senhor permanece para sempre — eterna e infalível.

דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין,

דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן נישט פארגיין.

O poder da Palavra

A Palavra transforma, sara e liberta. Quem permanece na Palavra de Jesus conhece a verdade, e a verdade o liberta.

דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים;

דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים; און איר וועט דערקענען דעם אמת, און דער אמת וועט אייך באפרייען.

באמת, באמת זאג איך אייך: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט זען דעם טויט אויף אייביק.

באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס הערט מיין ווארט, און גלויבט אין אים, וואס האט מיך געשיקט, דער האט אייביק לעבן, און קומט נישט צום משפט, נאר איז שוין אריבער פון טויט אין לעבן אריין.

האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב עמיצער האט מיך ליב, וועט ער האלטן מיין ווארט; און מיין פאטער וועט אים ליב האבן; און מיר וועלן קומען צו אים און מאכן א וואוינונג (פאר אונדז) ביי אים.

איר זענט שוין ריין, דורך דעם ווארט, וואס איך האב צו אייך גערעדט.

הייליק זיי אין דעם אמת; דיין ווארט איז אמת.

דעריבער, ווען ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, האבן זיך זיינע תלמידים דערמאנט, אז ער האט דאס דאזיקע געזאגט; און האבן געגלויבט אין דער (הייליקער) שריפט און אין דעם ווארט, וואס יהושע/ישוע האט געזאגט.

און א סך מער האבן געגלויבט דורך זיין ווארט,

דער, וואס גלויבט אין מיר, לויט ווי די שריפט (כתבי הקודש) זאגט, וועלן פון זיין לייב פליסן טייכן פון לעבעדיק וואסער.

Meditar na Palavra

A meditação na Palavra traz prosperidade e bom sucesso. Ela é fonte de sabedoria, consolo e orientação para toda a vida.

ווייל אויב דו וועסט מודה זיין מיט דיין מויל יהושען/ישוען אלס האר, און גלויבן מיט דיין הארץ, אז ה׳ האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, וועסטו געראטעוועט ווערן. ווארום מיטן הארץ גלויבט מען צו צדקות (ישעיהו נג, יא; בראשית טו, ו.), און מיטן מויל איז מען מודה צו ישועה.

ווי נאר וואס געבוירענע עופהלעך, זאלט איר באגערן די גייסטיקע, נישט געפעלשטע מילך, כדי איר זאלט אויפוואקסן דורך דער זעלביקער צו ישועה,

אויב דעריבער סע געפינט זיך וואסער טרייסט אין דעם משיח, אויב א מיטגעפיל פון ליבע, אויב א חברותאשאפט פון דעם גייסט, אויב רחמים און בארעמהארציקייט, מאכט מיין שמחה פול, אז איר זאלט דענקען דאס זעלביקע, האבנדיק די זעלביקע ליבע, זייענדיק אייניק, האבנדיק איין מחשבה; גארנישט טוענדיק דורך צאנקעריי אדער פוסטער גאווה, נאר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אנדערן ווי גרעסער פון זיך אליין; נישט אכטונג געבנדיק נאר אויף זיין אייגנס, נאר אויך אויף יענעמס. זאל ביי אייך זיין די זעלביקע מחשבה, וואס איז געווען אין דעם משיח יהושע/ישוע, וועלכער, זייענדיק אין דעם געשטאלט פון ג-ט, האט עס נישט באטראכט פאר א חזקה פעסטצוהאלטן גלייך צו זיין צו ה׳, נאר האט זיך אויסגעליידיקט, נעמענדיק אויף זיך דאס געשטאלט פון א קנעכט, ווערנדיק ענלעך צו מענטשן; און געפונען ווערנדיק אין מענטשלעכער פארם, האט ער זיך נידריק געמאכט און איז געווארן געהארכזאם ביז צום טויטדעם טויט אויפן בוים. דערפאר טאקע האט אויך ה׳ אים זייער דערהייבט, און אים געשענקט דעם נאמען, וואס איז איבער יעדן נאמען, כדי אין דעם נאמען יהושע/ישוע זאל זיך בייגן יעדע קני, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד און אונטער דער ערד, און יעדע צונג זאל מודה זיין, אז יהושע/ישוע המשיח איז האר, צום כבוד פון ג-ט דעם פאטער.

דעריבער, מיינע געליבטע, ווי איר זענט תמיד געווען געהארכזאם, נישט נאר אין מיין אנוועזנהייט (ביי אייך), נאר פיל מער איצט אין מיין אפוועזנהייט, אזוי ארבעט אויס אייער אייגענע ישועה מיט יראה און מיט ציטערניש; ווארום ה׳ איז עס, וואס ווירקט אין אייך סאי צו וועלן סאי צו טאן לויט זיין רצון. טוט אלץ אָן מורמלען און וויכוחים, כדי איר זאלט זיין אָן שולד און אָן פאלשקייט, קינדער פון ה׳ אָן א מום אין דער מיט פון א פארקרימט און א פארדרייט דור, צווישן וועלכע איר שיינט ווי ליכט אין דער וועלט, פעסטהאלטנדיק דאס ווארט פון לעבן, מיר צום רום אינם טאג פון דעם משיח, אז איך בין נישט אומזיסט געלאפן און האב נישט אומזיסט געפראצעוועט. נאר אויב איך זאל אפילו אויסגעגאסן ווערן אויף דעם קרבן און עבודה פון אייער אמונה, פריי איך מיך, און פריי מיך מיט אייך אלע צוזאמען; און איבער דעם דאזיקן זאלט איר זיך אויך פרייען און מיטפרייען מיט מיר.

און איך האף אין דעם האר יהושע/ישוע צו שיקן טימאטעוסן צו אייך אין גיכן, כדי איך זאל זיך אויך פילן בארואיקט, דערוויסנדיק זיך ווי עס דערגייט אייך. ווארום איך האב נישט קיינעם, וואס איז גלייך צו אים אין גייסט, וועלכער זאל ווירקלעך פאר אייך זארגן. ווארום אלע זוכן זייערע אייגענע עסקים, נישט דאס, וואס איז שייך יהושע/ישוע המשיחן. איר אבער ווייסט זיין אויסגעפרואווטקייט, אז ווי א קינד צו זיין פאטער, אזוי האט ער געארבעט ווי א קנעכט מיט מיר אין דער בשורה טובה. האף איך דעריבער אים צו שיקן, אזוי גיך ווי נאר איך וועל זיך דערוויסן, וואס מיט מיר וועט געשען, און האב בטחון אין דעם האר, אז איך אליין וועל אויך באלד קומען צו אייך. איך האב אבער געהאלטן פאר נויטיק צו שיקן צו אייך עפאפראדיטוסן, מיין ברודער און מיטארבעטער און מיטזעלנער, אייער שליח און דינער אין מיין נויט; ווייל ער האט געבענקט נאך אייך אלעמען, און זיך שטארק מצער געווען צוליב דעם, וואס איר האט געהערט, אז ער איז קראנק געווען; ווארום ער איז טאקע געווען טויטקראנק; נאר ה׳ האט זיך מרחם געווען אויף אים, און נישט נאר אויף אים אליין, נאר אויך אויף מיר, כדי איך זאל נישט האבן טרויער אויף טרויער. איך האב אים דעריבער מער איילנדיק געשיקט, כדי איר זאלט זיך פרייען, ווידער זעענדיק אים, און איך זאל זיין אָן זארג. זייט זשע אים מקבל אין דעם האר מיט יעדער שמחה; און טיילט צו כבוד אזעלכע ווי ער איז; ווייל צוליב דעם ווערק פון משיח איז ער געקומען נאענט צום טויט, ריזיקירנדיק מיטן לעבן כדי צו דערפילן דאס, וואס האט געפעלט אין אייער באדינונג פאר מיר.

Palavras de vida

As palavras de Deus são espírito e vida. Quem fala deve falar como oráculos de Deus, com verdade, sabedoria e edificação.

די זאכן אבער וואס קומען ארויס פון מויל קומען אויסן הארצן ארויס; און זיי מאכן דעם מענטשן טמא. מחמת פון הארצן קומען ארויס בייזע מחשבות, מערדערייען, ניאופים, זנות, גנבות, פאלש עדות זאגן, לעסטערונגען.

איך זאג אייך אבער, אז יעדעס פוסטע ווארט, וואס מענטשן וועלן רעדן, וועלן זיי מוזן אפגעבן א חשבון דערפון אינם יום הדין. מחמת פון דיינע ווערטער וועסטו גערעכטפערטיקט ווערן, און פון דיינע ווערטער וועסטו פארמשפט ווערן.

איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל.

ווארום אין א סך זאכן שטרויכלען מיר אלע. אויב עמיצער שטרויכלט נישט אין קיין ווארט, איז ער א שלמותדיקער מענטש, בכוח צו האלטן אפילו דעם גאנצן גוף אין דער צוים.

און אויב מיר לייגן אריין ציימלעך אין די מיילער פון די פערד, כדי זיי צו מאכן געהארכזאם צו אונדז, פירן מיר אויך דעם גאנצן קערפער זייערן. אָט אויך די שיפן, הגם זיי זענען אזוי גרויס און ווערן געטריבן פון שטארקע ווינטן, ווערן דאך געלענקט פון דעם קלענסטן רודער, וואואהין דער שטייערמאן וויל. פונקט אזוי איז אויך די צונג א קליין אבר, און בארימט זיך מיט גרויסע זאכן. זע, וואס פאר א גרויסן וואלד א קליין פייערל קען אנצינדן! אויך די צונג איז א פייער; ווי א וועלט פון אומגערעכטיקייט שטייט זי צווישן אונדזערע אברים, זי באפלעקט דעם גאנצן קערפער און צינדט אָן דעם לויף פון לעבן און ווערט (אליין) אנגעצונדן פונם גיהנום. ווארום יעדן מיני חיות און עופות, שרצים און באשעפענישן אין ים, איז דער מענטשלעכער מין געצאמט און האט געצאמט געווען; די צונג אבער קען קיין מענטש נישט באצווינגען; אן אומרואיק שלעכטס, פול אנגעפילט מיט דעם סם המות.

אזוי ארום איז דער גלויבן פון הערן, און דאס הערן דורך משיחס ווארט.

אבער איך זאג: האבן זיי דען נישט געהערט? געוויס: זייער קלאנג איז ארויסגעגאנגען איבער דער גאנצער ערד, און ביז צו די עקן פון דער באוואויטער וועלטזייערע ווערטער. (תהלים יט, ה.)

Seja o primeiro
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-07-05_19-25-13-