O pão da vida
Jesus se declarou o Pão da Vida — o alimento espiritual que satisfaz a fome mais profunda da alma humana. Quem come deste pão viverá para sempre.
Eu sou o Pão da Vida
Jesus disse: 'Eu sou o pão da vida; quem vem a mim nunca terá fome.' Ele é o sustento que sacia a alma eternamente.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: איך בין דאס ברויט פון לעבן; דער, וואס קומט צו מיר, וועט קיינמאל נישט הונגערן, און דער, וואס גלויבט אין מיר, וועט קיינמאל נישט דורשטן.
איך בין דאס ברויט פון לעבן.
די יידן האבן דעריבער געמורמלט קעגן אים, ווייל ער האט געזאגט: איך בין דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פונם הימל.
ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג-ט דער פאטער געלייגט זיין חותם.
O pão que dá vida ao mundo
Jesus é o pão vivo que desceu do céu. Quem come da sua carne e bebe do seu sangue tem a vida eterna e será ressuscitado no último dia.
איך בין דאס לעבעדיקע ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; אויב עמיצער וועט עסן פון דעם דאזיקן ברויט, וועט ער לעבן ביז אויף אייביק; און דאס ברויט, וואס איך וועל געבן, איז מיין פלייש, פאר דעם לעבן פון דער וועלט.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט נישט עסן דאס פלייש פון דעם בר אנש און טרינקען זיין בלוט, האט איר נישט קיין לעבן אין זיך.
זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.
Saciar a fome da alma
Bem-aventurados os que têm fome e sede de justiça, porque serão fartos. Nem só de pão vive o homem, mas de toda palavra que sai da boca de Deus.
וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט;
ווייל זיי וועלן געזעטיקט ווערן.
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן:
נישט פון ברויט אליין זאל דער מענטש לעבן,
נאר פון יעדן ווארט,
וואס קומט ארויס פון ה׳ס מויל.
(דברים ח, ג.)
דערפאר זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען; און אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. צי איז דען נישט דאס לעבן מער ווי די שפייז, און דער גוף מער ווי די קליידונג? קוקט אויף די פייגל פון הימל, אז זיי זייען נישט, און שניידן נישט, און זאמלען אויך נישט אין שייערס אריין; און אייער הימלישער פאטער שפייזט זיי. צי זענט איר דען נישט פיל מער ווערט ווי זיי?