Pular para o conteúdo
Publicidade

Pão

Por Bíblia Online

O pão é símbolo central na Bíblia: do maná no deserto ao pão da vida — Jesus. A Escritura usa o pão para ensinar sobre provisão divina, comunhão e dependência espiritual.

O maná do céu

Deus alimentou Israel no deserto com pão do céu. O maná era diário, fiel e suficiente — retrato da provisão constante de Deus.

O pão da vida

Jesus declarou: 'Eu sou o pão da vida.' Quem vem a Ele nunca terá fome, e quem nele crê jamais terá sede. Ele é o sustento eterno.

האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: נישט משה האט אייך געגעבן דאס ברויט פונם הימל; נאר דער פאטער מיינער גיט אייך דאס אמתע ברויט פונם הימל. ווארום דאס ברויט פון ה׳ איז ער, וואס קומט אראפ פונם הימל און גיט לעבן צו דער וועלט. האבן זיי דעריבער געזאגט צו אים: האר, גיב אונדז תמיד דאס דאזיקע ברויט. האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: איך בין דאס ברויט פון לעבן; דער, וואס קומט צו מיר, וועט קיינמאל נישט הונגערן, און דער, וואס גלויבט אין מיר, וועט קיינמאל נישט דורשטן.

איך בין דאס ברויט פון לעבן. אייערע עלטערן האבן געגעסן מן אין דער מדבר, און זענען געשטארבן. דאס דאזיקע איז דאס ברויט, וואס קומט אראפ פון הימל, אז ווער עס עסט דערפון, זאל נישט שטארבן. איך בין דאס לעבעדיקע ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; אויב עמיצער וועט עסן פון דעם דאזיקן ברויט, וועט ער לעבן ביז אויף אייביק; און דאס ברויט, וואס איך וועל געבן, איז מיין פלייש, פאר דעם לעבן פון דער וועלט.

ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן:

נישט פון ברויט אליין זאל דער מענטש לעבן,

נאר פון יעדן ווארט,

וואס קומט ארויס פון ה׳ס מויל.

(דברים ח, ג.)

Partilha e comunhão

O partir do pão une o corpo de Cristo. Na Ceia, na generosidade e na partilha, expressamos a comunhão com Deus e uns com os outros.

און ער האט גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, און האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי, אזוי צו זאגן: דאס דאזיקע איז מיין גוף, וואס ווערט געגעבן פאר אייך; דאס דאזיקע זאלט איר טאן לזכרון פון מיר!

ווארום יעדעס מאל, ווען איר עסט דאס ברויט און טרינקט דעם דאזיקן כוס, זאגט איר אָן דעם הארס טויט, ביז ער וועט קומען.

דער כוס פון ברכה, אויף וועלכן מיר מאכן א ברכה, צי איז ער דען נישט חברותאשאפט מיט דעם בלוט פון דעם משיח? דאס ברויט, וואס מיר ברעכן, צי איז עס דען נישט חברותאשאפט מיט דעם גוף פון דעם משיח? ווייל עס איז איין ברויט, זענען מיר, די פילע, איין גוף; ווארום מיר אלע האבן א חלק אין דעם איינעם ברויט.

דעריבער זאלט איר אזוי תפילה טאן:

אונדזער פאטער, וואס דו ביסט אין הימל,

געהייליקט זאל ווערן דיין נאמען.

זאל דיין מלכות קומען.

זאל דיין רצון געשען,

ווי אין הימל, אזוי אויך אויף דער ערד.

אונדזער טעגלעך ברויט גיב אונדז היינט.

ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! און זיי האבן צו אים געזאגט: זאלן מיר גיין איינקויפן ברויט פאר צוויי הונדערט דינרים, און זיי געבן צו עסן? ער אבער האט צו זיי געזאגט: וויפל ברויט האט איר? גייט און זעט. און דערוויסנדיק זיך, האבן זיי געזאגט: פינף, און צוויי פיש. און ער האט זיי באפוילן, אז אלע זאלן זיך אנידערזעצן חברותאווייז אויפן גרינעם גראז. און זיי האבן זיך אנידערגעזעצט אין שורות, צו הונדערט, און צו פופציק. און ער האט גענומען די פינף ברויט און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געמאכט א ברכה, און צעבראכן די ברויטן; און האט זיי געגעבן צו די תלמידים, כדי זיי זאלן עס לייגן פאר זיי; אויך די צוויי פיש האט ער אויסגעטיילט צווישן אלע. און אלע האבן געגעסן און זענען זאט געווארן. און זיי האבן אויפגעהויבן פון די ברעקלעך צוועלף קערב פול, און פון די פיש.

Provisão divina

O justo não é desamparado e seus descendentes não mendigam pão. Deus provê com fidelidade o alimento de cada dia.

און די תלמידים זענען אריבערגעקומען אויף יענער זייט ים און האבן פארגעסן מיטצונעמען ברויט. און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים. און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, און געזאגט: דאס איז ווייל מיר האבן נישט מיטגענומען קיין ברויט. און ווען יהושע/ישוע האט זיך דערוואוסט, האט ער געזאגט: אָ איר קליינגלויביקע, וואס רעדט איר צווישן זיך, ווייל איר האט נישט קיין ברויט? פארשטייט איר נאך נישט, און געדענקט איר נישט די (פארברענגען מיט) פינף ברויט פון די פינף טויזנט, און וויפל קערב איר האט אויפגעהויבן? אויך נישט די זיבן ברויט פאר די פיר טויזנט, און וויפל גרויסע (רביס שיריים) קערב איר האט אויפגעהויבן? ווי קומט עס, וואס איר פארשטייט נישט, אז איך האב נישט גערעדט צו אייך פון ברויט? היט אייך אבער פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים. דעמאלט האבן זיי איינגעזען אז ער האט נישט געזאגט, זיי זאלן זיך היטן פארן זויערטייג פון ברויט, נאר פאר דעם פלפול פון די פרושים און צדוקים.

Seja o primeiro