Pular para o conteúdo
Publicidade

As 10 parábolas mais importantes de Jesus

Por Bíblia Online  - 

Jesus ensinou lições profundas por meio de parábolas, histórias curtas e simbólicas que comunicam verdades espirituais. Cada parábola tem um significado especial e atemporal, revelando o caráter de Deus e ensinando como viver como cristãos. Aqui estão 10 das parábolas mais marcantes e suas lições:

1. Parábola do Semeador (Mateus 13:3-9)

און ער האט גערעדט צו זיי א סך זאכן מיט משלים, אזוי צו זאגן: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו זייען; און בשעת ער האט געזייט, איז אביסל (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן עס איינגעשלונגען. אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף שטייניקע ערטער, וואו עס האט נישט געהאט קיין סך ערד; און עס האט באלד ארויסגעשפראצט, דערפאר וואס עס האט נישט געהאט קיין טיפע ערד; ווען אבער די זון איז אויפגעגאנגען, איז עס פארוועלקט געווארן, און צוליב דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין ווארצל, איז עס פארדארט געווארן. און אן אנדער ביסל איז געפאלן צווישן די דערנער; און די דערנער זענען אויפגעוואקסן, און האבן עס דערשטיקט. אן אנדער ביסל איז אבער געפאלן אויף דער גוטער ערד, און עס האט געברענגט פרוכט, איינס הונדערטפאכיק, איינס זעכציקפאכיק, און איינס דרייסיקפאכיק. ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן!

A parábola do semeador fala sobre a receptividade das pessoas à Palavra de Deus. Cada tipo de solo representa diferentes maneiras de receber e aplicar o Evangelho em nossas vidas. Somente um coração fértil e comprometido pode dar frutos espirituais abundantes.

2. O Bom Samaritano (Lucas 10:25-37)

און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן? און ער האט צו אים געזאגט: וואס שטייט געשריבן אין דער תורה? וויאזוי לייענסטו? האט ער ענטפערנדיק געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר, דיין ג-ט, מיטן גאנצן הארצן דיינעם און מיט דיין גאנץ נפש און מיט דיין גאנצער קראפט און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און דיין חבר ווי דיך אליין! (דברים ו, ה; ויקרא יט, יח.) האט ער צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געענטפערט; טו דאס דאזיקע, און דו וועסט לעבן. ער אבער, ווילנדיק זיך אליין גערעכטפערטיקן, האט געזאגט צו יהושען/ישוען: און ווער איז מיין חבר? האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: א געוויסער מענטש איז אראפגעגאנגען פון ירושלים קיין יריחו און איז אריינגעפאלן צווישן גזלנים; און זיי האבן אים אויסגעטאן און אים באלייגט מיט בלוטיקע שלעק און זענען אוועקגעגאנגען איבערלאזנדיק אים א האלב טויטן. און מעשה צופאל איז א כהן אראפגעגאנגען אויף יענעם וועג; און ווי ער האט אים דערזען, איז ער אריבער אויף דער אנדערער זייט און אוועקגעגאנגען. און אויך אזוי א לוי, קומענדיק צו דעם ארט און זעענדיק אים, איז אריבער אויף דער אנדערער זייט און אוועקגעגאנגען. א געוויסער שומרוני אבער, אונטערוועגנס, איז אהינגעקומען צו אים, און ווי ער האט אים דערזען, האט ער זיך דערבארעמט און איז צוגעגאנגען און האט אים פארבונדן די וואונדן זיינע און ארויפגעגאסן אייל און וויין; און אים ארויפגעזעצט אויף זיין אייגענער בהמה און אוועקגעפירט אין אן אכסניה אריין און אים געזארגט. און צומארגנס האט ער ארויסגענומען צוויי דינרים און זיי געגעבן דעם בעל אכסניה און געזאגט: קוק דיך אום אויף אים! און וואס דו וועסט אויסגעבן מער, וועל איך דיר באצאלן ווען איך וועל מיך אומקערן. ווער פון די דאזיקע דריי, מיינסטו, איז געווען א חבר צו אים, וואס איז אריינגעפאלן צווישן די גזלנים? און ער האט געזאגט: דער, וואס האט געטאן חסד מיט אים! און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי, און טו אויך אזוי!

Essa parábola nos ensina sobre o amor ao próximo, independentemente de raça ou religião. O samaritano ajudou um desconhecido, mostrando que a verdadeira fé se revela no amor ao próximo.

3. A Ovelha Perdida (Lucas 15:4-7)

וועלכער מענטש פון אייך, האבנדיק הונדערט שאף און פארלירנדיק איינע פון זיי, לאזט נישט איבער די ניין און ניינציק אין דער מדבר און גייט נאך דער פארלוירענער, ביז ער געפינט זי? און ווען ער האט זי געפונען, לייגט ער זי אויף זיינע שולטער מיט שמחה; און קומענדיק אהיים, רופט ער צונויף זיינע פריינד און די שכנים, און זאגט צו זיי: פריידט זיך מיט מיר, ווייל איך האב געפונען מיין שאף, וואס איז פארלוירן געגאנגען. איך זאג אייך, אָט אזוי וועט זיין א שמחה אין הימל איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה, מער ווי איבער ניין און ניינציק צדיקים, וואס דארפן נישט קיין תשובה.

Deus é como o pastor que busca incessantemente uma ovelha perdida. Essa parábola revela o amor incansável de Deus pelos pecadores, celebrando a alegria no céu quando alguém se arrepende.

4. O Filho Pródigo (Lucas 15:11-32)

און ער האט געזאגט: א געוויסער מענטש האט געהאט צוויי זין. און דער יונגערער פון זיי האט געזאגט צום פאטער: פאטער, גיב מיר דעם חלק פארמעגן, וואס פאלט מיר צו! און ער האט זיי צעטיילט דאס האב און גוטס. און אין ווייניקע טעג ארום האט דער יונגערער זון אלץ צונויפגעזאמלט, און זיך אוועקגעלאזט אין א ווייט לאנד אריין; און דארט פארשווענדט זיין פארמעגן אין אן אויסגעלאסן לעבן. און ווען ער האט שוין געהאט אלץ פארברויכט, איז געווארן א שטארקער הונגער איבער יענעם גאנצן לאנדן; און ער האט אנגעהויבן צו ליידן נויט. און ער איז געגאנגען און האט זיך באהאפטן צו איינעם פון די בירגער פון יענעם לאנד; און ער האט אים געשיקט אין זיינע פעלדער אריין צו פאשען חזירים. און ער האט געגארט אנצופילן זיין בויך מיט די שויטן, וואס די חזירים האבן געפרעסן; און קיינער האט עס אים נישט געגעבן. ווען אבער ער איז געקומען צו זיך, האט ער געזאגט: אָ, וויפל לוין ארבעטער פון מיין פאטער האבן ברויט בשפע, און איך גיי דא אויס פאר הונגער! איך וועל אויפשטיין און גיין צו דעם פאטער מיינעם, און וועל זאגן צו אים, פאטער, איך האב געזינדיקט קעגן הימל און פאר דיר; איך בין מער נישט ווערט גערופן צו ווערן דיין זון; מאך מיך ווי איינעם פון דיינע לוין ארבעטער. און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק צו זיין פאטער. בשעת אבער ער איז נאך געווען ווייט, האט דער פאטער זיינער אים געזען און האט זיך דערבארעמט, און איז געלאפן, און אים געפאלן אויף זיין האלדז, און האט אים געקושט. און דער זון האט צו אים געזאגט: פאטער, איך האב געזינדיקט קעגן הימל און פאר דיר, איך בין מער נישט ווערט גערופן צו ווערן דיין זון. דער פאטער אבער האט געזאגט צו זיינע קנעכט: ברענגט געשווינט ארויס דאס בעסטע מלבוש און קליידט אים אָן; און גיט אים א רינג אויף זיין האנט, און שיך אויף די פיס; און ברענגט דאס געשטאפטע קאלב, שחט עס, און לאמיר עסן און זיך לאזן וואוילגיין; ווייל דער דאזיקער זון מיינער איז געווען טויט, און איז ווידער לעבעדיק געווארן; ער איז געווען פארלוירן, און איז געפונען געווארן. און זיי האבן אנגעהויבן זיך משמח צו זיין. אבער זיין עלטערער זון איז געווען אין פעלד; און ווען ער איז געקומען און זיך דערנענטערט צום הויז, האט ער געהערט קלעזמער מוזיק און טאנץ. און ער האט צוגערופן איינעם פון די קנעכט, און האט געפרעגט וואס דאס זאל באטייטן. און ער האט אים געזאגט: דיין ברודער איז געקומען; און דיין פאטער האט געשחטן דאס געשטאפטע קאלב, ווייל ער האט אים צוריק באקומען א געזונטן. און ער איז צארנדיק געווארן, און האט נישט געוואלט אריינגיין; זיין פאטער אבער איז ארויסגעקומען און האט אים געבעטן. ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צום פאטער: אָט שוין אזוי פיל יארן דין איך דיך, און האב נאך קיינמאל נישט עובר געווען אויף דיינס א געבאט; און מיר האסטו נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין ציגנבאק, כדי איך זאל מיך משמח זיין מיט מיינע פריינד; ווען אבער דער דאזיקער זון דיינער איז געקומען, וועלכער האט פארצערט דיין האב און גוטס מיט זונות, האסטו געשחטן פאר זיינעטוועגן דאס געשטאפטע קאלב! האט ער צו אים געזאגט; מיין קינד, דו ביסט תמיד מיט מיר, און אלץ, וואס איז מיין, איז דיין. מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן!

A parábola do filho pródigo fala sobre o perdão e o amor incondicional de Deus por Seus filhos, mesmo quando se desviam.

5. A Pérola de Grande Valor (Mateus 13:45-46)

ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א סוחר, וואס זוכט שיינע פערל. און ווען ער האט געפונען איינע, א זייער טייערע פערל, איז ער געגאנגען און פארקויפט אלץ, וואס ער האט געהאט, און האט זי געקויפט.

Jesus ensina que o Reino de Deus é o bem mais precioso e devemos estar dispostos a renunciar tudo para possuí-lo.

6. O Fariseu e o Publicano (Lucas 18:9-14)

און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויך צו אייניקע, וואס זענען געווען איבערצייגט וועגן זיך אליין, אז זיי זענען צדיקים און די איבריקע האבן זיי מבטל געמאכט: צוויי מענטשן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין תפילה טאן, איינער א פרוש, דער אנדערער א שטייער אויפמאנער. דער פרוש האט זיך אוועקגעשטעלט און אזוי מתפלל געווען צו זיך אליין: אָ, ה׳, איך דאנק דיר, וואס איך בין נישט אזוי ווי די איבריקע מענטשן, גזלנים, רשעים, נואפים, אדער אפילו ווי דער דאזיקער שטייער אויפמאנער. איך פאסט צוויי מאל אין דער וואך; איך גיב מעשר פון אלעם, וואס איך דערווערב. און דער שטייער אויפמאנער איז געשטאנען פונדערווייטנס, האט אפילו נישט געוואלט אויפהויבן די אויגן צום הימל, נאר האט זיך געשלאגן אויף זיין ברוסט, אזוי צו זאגן: אָ, ה׳, זיי מיר מוחל, דעם חוטא! איך זאג אייך, דער דאזיקער איז אראפגעגאנגען אהיים מער גערעכטפערטיקט ווי יענער. ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.

Essa parábola nos lembra que Deus valoriza um coração humilde e arrependido, em contraste com a arrogância espiritual. O publicano, ao reconhecer seus pecados, foi justificado diante de Deus.

7. Os Talentos (Mateus 25:14-30)

מחמת גלייך ווי א מענטש פארן אוועקפארן, האט צונויפגערופן זיינע קנעכט, און זיי איבערגעגעבן זיינע גיטער; און איינעם האט ער געגעבן פינף טאלאנטן, דעם אנדערן צוויי, און דעם דריטן איינעם; יעדן לויט זיין אייגענעם כוח; און איז באלד אוועקגעפארן. און דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, איז געגאנגען און האט געהאנדלט מיט זיי, און פארדינט אנדערע פינף. דעסגלייכן דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן, האט פארדינט אנדערע צוויי. דער אבער, וואס האט באקומען דעם איינעם, איז געגאנגען און האט געגראבן אין דער ערד, און פארבארגן זיין הארס געלט. און נאך א לאנגער צייט קומט דער האר פון יענע קנעכט, און מאכט א חשבון מיט זיי. און עס איז געקומען דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, און האט געברענגט אנדערע פינף טאלאנטן, און געזאגט: האר, דו האסט מיר איבערגעגעבן פינף טאלאנטן; זע, איך האב פארדינט אנדערע פינף טאלאנטן. האט זיין האר געזאגט צו אים: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה! איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן און האט געזאגט: האר, דו האסט מיר איבערגעגעבן צוויי טאלאנטן; זע, איך האב פארדינט אנדערע צוויי טאלאנטן. האט זיין האר צו אים געזאגט: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה! און עס איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען דעם איינעם טאלאנט. און האט געזאגט: האר, איך קען דיך, אז דו ביסט א הארטער מענטש; דו שניידסט, וואו דו האסט נישט געזייט. און זאמלסט, וואו דו האסט נישט צעשפרייט; און ווייל איך האב מורא געהאט, בין איך געגאנגען און האב פארבארגן דיין טאלאנט אין דער ערד. אָט האסטו דאס דייניקע! און זיין האר האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: דו בייזער און פוילער קנעכט! האסט געוואוסט, אז איך שנייד, וואו איך האב נישט געזייט און זאמל, וואו איך האב נישט צעשפרייט; האסטו דעריבער געדארפט איינלייגן מיין געלט ביי די באנקירן, און ביי מיין קומען וואלט איך אפגענומען דאס מייניקע מיט פראצענט. נעמט זשע פון אים אוועק דעם טאלאנט, און גיט אים דעם, וואס האט די צען טאלאנטן! מחמת יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט פון אים אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא. און דעם אומנוצלעכן קנעכט ווארפט ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.

Nesta história, Jesus ensina sobre a responsabilidade de usar bem os dons e recursos que Deus nos confiou. A fidelidade nas pequenas coisas abre portas para bênçãos maiores.

8. O Rico e Lázaro (Lucas 16:19-31)

עס איז געווען א רייכער מענטש, וואס האט זיך געקליידט אין פורפור און אין טייערע לייוונט, און האט געלעבט טאג איין טאג אויס אין תענוגים און וואוילטאג; און א געוויסער ארעמאן מיטן נאמען אלעזר איז געלעגן פאר זיין טיר פול מיט געשווירן, און האט געגארט זיך צו זעטיקן פון דעם, וואס איז אראפגעפאלן פון דעם רייכנס טיש; נאר עס זענען נאך אפילו געקומען די הינט און האבן געלעקט זיינע געשווירן. און עס איז געשען, דער אביון איז געשטארבן, און איז אוועקגעטראגן געווארן פון די מלאכים אין אברהמס שויס אריין. און דער עושר איז אויך געשטארבן און איז באגראבן געווארן. און אין שאול תחתית האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן, זייענדיק אין יסורים, און זעט אברהמען פונדערווייטנס און אלעזרן אין זיין שויס. און ער האט א געשריי געטאן און געזאגט: פאטער אברהם, דערבארם דיך אויף מיר און שיק אלעזרן, אז ער זאל איינטונקען זיין שפיץ פינגער אין וואסער און מיר קילן מיין צונג; מחמת איך לייד פיין אין דעם דאזיקן פלאם! אברהם אבער האט געזאגט: קינד, געדענק, אז דו האסט באקומען דיין גוטס ביי דיין לעבן, און אלעזר אויך אזוי דאס בייזע; איצט ווערט ער דא געטרייסט, דו אבער ווערסט געפייניקט. און צו דעם אלעם איז צווישן אונדז און אייך פעסטגעלייגט א גרויסער תהום, אז די, וואס וואלטן געוואלט אריבערגיין פונדאנען צו אייך, זאלן עס נישט קענען, אויך זאל מען נישט אריבערקומען פון דארטן צו אונדז. האט ער געזאגט: איך בעט דיך דעריבער, פאטער, אז דו זאלסט אים שיקן אין דעם הויז פון מיין פאטער; ווארום איך האב פינף ברידער; כדי ער זאל זיי ווארנען, אז זיי זאלן אויך נישט קומען צו דעם דאזיקן ארט פון פיין! אברהם אבער זאגט: זיי האבן (תורת) משה און די נביאים; זאלן זיי זיי הערן. און ער האט געזאגט: ניין, פאטער אברהם, נאר אויב עמיצער פון די טויטע זאל קומען צו זיי, וועלן זיי תשובה טאן! ער אבער האט געזאגט צו אים: אויב זיי וועלן נישט הערן משהן און די נביאים, וועלן זיי זיך אויך נישט לאזן איבערצייגן, אויב עמיצער וועט אויפשטיין פון די טויטע.

A parábola alerta sobre as consequências de negligenciar os necessitados e viver para si mesmo. Também destaca a realidade do julgamento e da vida após a morte.

9. O Joio e o Trigo (Mateus 13:24-30)

אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געזייט גוטן זאמען אין זיין פעלד. און בשעת די לייט זענען געשלאפן, איז געקומען זיין שונא און האט פארזייט אומקרויט צווישן דעם ווייץ, און איז אוועקגעגאנגען. און ווען דאס גראז האט אויפגעשפראצט, און געברענגט פרוכט, האט זיך דעמאלט אויך דאס אומקרויט באוויזן. און די קנעכט פון דעם בעל הבית זענען צוגעגאנגען און האבן געזאגט צו אים: האר, צי האסטו דען נישט געזייט גוטע זריעה אין דיין פעלד? פונוואנען זשע האט עס אומקרויט? ער אבער האט צו זיי געזאגט: דאס האט א מענטש, א שונא, געטאן! זאגן די קנעכט צו אים: צי ווילסטו זשע אז מיר זאלן גיין און עס אויסרייסן? זאגט ער: ניין, טאמער, אויסרייסנדיק דאס אומקרויט, וועט איר צוגלייך דערמיט אויך אויסווארצלען דעם ווייץ. לאזט ביידע וואקסן צוזאמען ביז צום שניט, און אין דער צייט פון שניט וועל איך זאגן צו די שניטער: רייסט צום ערשט אויס דאס אומקרויט, און בינדט עס אין בינטלעך, כדי מען זאל עס פארברענען; דעם ווייץ אבער זאמלט איין אין מיין שייער אריין.

Essa história simboliza o bem e o mal coexistindo no mundo até o julgamento final, quando Deus fará a separação entre os justos e os ímpios.

10. As Dez Virgens (Mateus 25:1-13)

דעמאלט וועט דאס מלכות השמים זיין געגליכן צו צען יונגפרויען, וואס האבן גענומען זייערע לאמפן, און זענען אנטקעגנגעגאנגען דעם חתן. און פינף פון זיי זענען געווען נארישע, און פינף קלוגע. מחמת די נארישע האבן גענומען די לאמפן, און נישט מיטגענומען מיט זיך קיין אייל. די קלוגע אבער האבן גענומען אייל אין זייערע געפעסן, צוזאמען מיט זייערע לאמפן. און בשעת דער חתן האט זיך געזאמט, האבן אלע געדרעמלט און זענען איינגעשלאפן. ארום האלבער נאכט אבער איז געווארן א געשריי: זע, דער חתן קומט! גייט אים אנטקעגן! דעמאלט האבן זיך יענע אלע יונגפרויען אויפגעכאפט, און האבן געברענגט אין ארדנונג זייערע לאמפן. און די נארישע האבן געזאגט צו די קלוגע: גיט אונדז פון אייער אייל; ווייל אונדזערע לאמפן לעשן זיך אויס. און די קלוגע האבן געענטפערט, און געזאגט: פאר קיין פאל נישט! טאמער וועט נישט גענוג פאר אונדז און פאר אייך! גייט ליבער צו די הענדלער, און קויפט זיך. און בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען קויפן, איז דער חתן געקומען; און די, וואס זענען געווען גרייט, זענען אריינגעגאנגען מיט אים אויף דער חתונה, און די טיר איז פארשלאסן געווארן. און שפעטער קומען אויך די איבריקע יונגפרויען, און זאגן: האר, האר, עפן אונדז אויף! ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: באמת זאג איך אייך, איך קען אייך נישט! וואכט זשע; ווייל איר ווייסט נישט דעם טאג, און אויך נישט די שעה.

Jesus enfatiza a necessidade de estarmos sempre preparados espiritualmente para Sua segunda vinda, pois ninguém sabe o momento exato.

As parábolas de Jesus continuam sendo fontes ricas de sabedoria e direção para a vida cristã. Ao aplicarmos esses ensinamentos, nos aproximamos mais de Deus e de Sua vontade.

Se este artigo te ajudou, faça sua parte e compartilhe a Palavra de Deus com aqueles que você ama.

Seja o primeiro