Pecado
O pecado é a realidade que separa a humanidade de Deus. Mas a Bíblia também revela a solução: o sangue de Cristo que nos purifica e a graça que nos liberta de toda condenação.
A universalidade do pecado
Todos pecaram e carecem da glória de Deus. Não há justo, nem sequer um. O pecado entrou no mundo por um homem, mas a graça veio por Jesus.
ווארום אלע האבן געזינדיקט און געפעלט אין דער הערלעכקייט פון ה׳;
ווארום אלע האבן געזינדיקט און געפעלט אין דער הערלעכקייט פון ה׳; און ווערן גערעכטפערטיקט פריי דורך זיין חסד דורך דער אויסלייזונג פונם משיח יהושע/ישוע;
צוליב דעם, וואס דורך די מעשים פון (מחמיר חומרא) געזעץ וועט קיין בשר (ודם) נישט גערעכטפערטיקט ווערן פאר אים; ווארום דורך דער תורה קומט די פולע דערקענטעניש פון זינד.
ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
יעדער איינער, וועלכער טוט זינד, איז עובר די תורה; און זינד איז דאס עובר זיין אויף דער תורה.
Liberdade da condenação
Não há condenação para os que estão em Cristo Jesus. Ele nos libertou da lei do pecado e da morte para vivermos em novidade de vida.
אזוי ארום איז נישטא מער קיין שום פאראורטיילונג פאר די, וואס זענען אינם משיח יהושע/ישוע. ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט.
זאל זשע די זינד נישט קעניגן אין אייער שטערבלעכן קערפער צו געהארכן זיינע תאוות; אויך זאלט איר נישט איבערגעבן אייערע אברים ווי כלי זין פון רשעות צו זינד, נאר גיט אייך איבער צו ה׳, ווי לעבעדיק פון די טויטע און אייערע אברים ווי כלי זין פון צדקות צו ה׳. ווייל די זינד וועט נישט קעניגן איבער אייך, ווארום איר זענט נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, נאר אונטער דעם חסד.
דעריבער וואס? זאלן מיר זינדיקן, ווייל מיר זענען נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ נאר אונטער דעם חסד? חס ושלום! צי ווייסט איר דען נישט, אז וועמען איר גיט זיך איבער ווי קנעכט צו געהארכן, זענט איר קנעכט (פון דעם), וועמען איר געהארכט: אדער פון זינד צום טויט, אדער פון געהארכזאמקייט צו צדקות? אבער געלויבט זיי ה׳, אז איר וואס זענט געווען קנעכט פון דער זינד, זענט געווארן געהארכזאם פונם הארצן צו דעם פארבילד פון דער לערנונג, וואס איז אייך איבערגעגעבן געווארן; און זייענדיק באפרייט פון דער זינד, זענט איר משועבד געווארן צו צדקות.
דעריבער וואס? זאלן מיר זינדיקן, ווייל מיר זענען נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ נאר אונטער דעם חסד? חס ושלום!
ווארום מיר ווייסן, אז די תורה איז רוחניותדיק; אבער איך בין גשמיותדיק און פארקויפט אונטער דער זינד. ווארום איך ווייס נישט וואס, איך טו; ווייל איך טו נישט דאס, וואס איך וויל, נאר וואס איך האס, דאס טו איך. און אויב איך טו דאס, וואס איך וויל נישט, בין איך מודה, אז די תורה איז גוט. און איצט בין איך עס מער נישט, וואס טוט דאס, נאר די זינד, וואס וואוינט אין מיר.
האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: באמת, באמת זאג איך אייך: יעדער איינער, וואס טוט זינד, איז א קנעכט פון דער זינד.
Confissão e perdão
Se confessarmos os nossos pecados, Deus é fiel e justo para nos perdoar e purificar de toda injustiça. A confissão liberta a alma.
ווען מיר זאגן, אז מיר האבן נישט קיין חטא, באטריגן מיר זיך אליין, און דער אמת איז נישט אין אונדז. ווען מיר זענען זיך מתוודה אויף אונדזערע זינד, איז ער געטריי און גערעכט אז ער זאל אונדז מוחל זיין די זינד און אונדז רייניקן פון יעדער אומגערעכטיקייט. (משלי כח, יג.)
ווען מיר זענען זיך מתוודה אויף אונדזערע זינד, איז ער געטריי און גערעכט אז ער זאל אונדז מוחל זיין די זינד און אונדז רייניקן פון יעדער אומגערעכטיקייט. (משלי כח, יג.)
ווען מיר זאגן, אז מיר האבן חברותאשאפט מיט אים, און גייען אין דער פינצטערניש, זאגן מיר ליגן, און טאן נישט דעם אמת;
Vencendo o pecado
Cristo nos resgatou e nos restaurou. Devemos mortificar as obras da carne, fugir do pecado e prosseguir em santidade.
וועלכער האט אליין ארויפגעטראגן אונדזערע זינד אין דעם קערפער זיינעם אויף דעם בוים, כדי מיר, אפשטארבנדיק וואס שייך די זינד, זאלן לעבן צו צדקות; דורך וועמעס וואונדן איר זענט געהיילט געווארן.
און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע; מחמת ער וועט ראטעווען זיין פאלק פון זייערע זינד.
ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.).
אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.
ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן.
מיר ווייסן, אז יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, זינדיקט נישט; נאר דער, וואס איז געבוירן פון ה׳, היט זיך אפ, און דער נישט גוטער רירט אים נישט אָן.
טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, תאווה, בייזע גלוסטונג, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה;
זנות אבער און יעדע טומאה אדער גייציקייט זאל אפילו נישט דערמאנט ווערן ביים נאמען צווישן אייך, ווי עס שטייט אָן פאר הייליקע;
און האט נישט קיין חברותאשאפט מיט די אומפרוכטבארע מעשים פון דער פינצטערניש, נאר ליבער זאלט איר זיי שטראפן; ווארום עס איז אפילו א חרפה צו רעדן פון דעם, וואס זיי טאן אין פארבארגעניש.
צארנט און זינדיקט נישט. זאל די זון נישט אונטערגיין אויף אייער רוגז;
Responsabilidade e restauração
O pecado tem consequências, mas Deus restaura o arrependido. Devemos corrigir uns aos outros com mansidão e cobrir o pecado com amor.
ברידער, ווען אפילו א מענטש ווערט געכאפט אין עפעס אן עבירה, זאלט איר, די אנשי הרוח, אזעלכן ווידער אויפשטעלן אין א גייסט פון ענווה; אכטונג געבנדיק אויף דיר אליין, טאמער וועסטו אויך קומען צו א נסיון.
ברידער, ווען אפילו א מענטש ווערט געכאפט אין עפעס אן עבירה, זאלט איר, די אנשי הרוח, אזעלכן ווידער אויפשטעלן אין א גייסט פון ענווה; אכטונג געבנדיק אויף דיר אליין, טאמער וועסטו אויך קומען צו א נסיון. טראגט איינער דעם אנדערנס לאסטן, און אויף אזא אופן וועט איר מקיים זיין די תורה פון דעם משיח.
ווען דיין ברודער וועט זינדיקן (קעגן דיר), זאלסטו גיין, און אים זאגן מוסר בלויז צווישן דיר און אים אליין.
ווען דיין ברודער וועט זינדיקן (קעגן דיר), זאלסטו גיין, און אים זאגן מוסר בלויז צווישן דיר און אים אליין.
ווער אבער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינס פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן אין מיר, איז בעסער פאר אים וואלט עס געווען, אז א גרויסער מילשטיין וואלט אנגעהאנגען געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט דערטרונקען געווארן אין דער טיפעניש פון ים.
און וואס זעסטו דאס שפענדל אין דיין ברודערס אויג, אבער דעם קלאץ, וואס איז אין דיין אויג, באמערקסטו נישט?
מחמת אויב איר פארגיט די מענטשן זייערע פעלערן, וועט אייער הימלישער פאטער אייך אויך פארגעבן.
זייט זיך דעריבער מתוודה אייערע זינד איינער צום אנדערן, און טוט תפילה איינער פארן אנדערן, כדי איר זאלט געהיילט ווערן. די תפילה פון א צדיק האט א גרויסן כוח און פועלט זייער פיל.
דעריבער ווער עס ווייסט צו טאן גוטס, און טוט עס נישט, איז עס פאר אים א זינד.
דערנענטערט זיך צו ה׳, און ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך. רייניקט אייערע הענט, איר חוטאים, און מאכט לויטער אייערע הערצער, איר צוויי-הארציקע.
איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.
פון דעם זעלביקן מויל קומט ארויס א ברכה און א קללה. ברידער מיינע, אזוי דארף עס נישט זיין.
קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.)
Fuga do pecado
Bem-aventurado o que não anda no conselho dos ímpios. O caminho do justo é guardado pelo Senhor, e sua Palavra nos protege da queda.
דער גוטער מענטש ברענגט ארויס דאס גוטע פון דעם גוטן אוצר פון זיין הארץ, און דער שלעכטער ברענגט ארויס שלעכטס פון דעם שלעכטן (אוצר); ווארום פון דעם, מיט וועלכן דאס הארץ פליסט איבער, רעדט דאס מויל זיינס.
אדער ווייסט איר נישט, אז רשעים וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳? באטריגט זיך נישט אליין: נישט קיין זונים, נישט קיין געצנדינער, נישט קיין נואפים, נישט קיין בעלי תאוות, נישט קיין מענטשנשענדער, נישט קיין גנבים, נישט קיין (געלט) גיריקע, נישט קיין זויפער, נישט קיין לעסטערער, נישט קיין רויבער, וועלן ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳.
און פילאטוס איז ווידער ארויסגעגאנגען אינדרויסן און האט צו זיי געזאגט: זע, איך פיר אים ארויס צו אייך, כדי איר זאלט וויסן, אז איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים. און יהושע/ישוע איז ארויסגעקומען אינדרויסן, טראגנדיק די דערנער קרוין און דאס פורפור מלבוש. און ער (פילאטוס) זאגט צו זיי: זע, דער מענטש! ווען די הויפט כהנים און זייערע משרתים האבן אים געזען, האבן זיי א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: אויפהענגען אויף דער בוים אים! אויפהענגען אויף דער בוים אים! (שמואל ב יח, ט-יד.) זאגט פילאטוס צו זיי: נעמט איר און אויפהענגען אויף דער בוים אים, ווארום איך געפין נישט אין אים קיין שולד.
וועמען איר וועט מוחל זיין די זינד, וועט עס זיי זיין פארגעבן געווארן; וועמען איר וועט צוריקהאלטן, וועלן זיי זיין צוריקגעהאלטן.