Pular para o conteúdo
Publicidade

Preservação das escrituras

Por Bíblia Online

A Palavra de Deus permanece para sempre. As Escrituras foram preservadas por Deus ao longo dos milênios para instrução, consolação e guia de todas as gerações.

A Palavra eterna

Céus e terra passarão, mas as palavras de Deus jamais passarão. Sua Palavra é eterna, infalível e imutável — a verdade que sustenta tudo.

דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין,

מחמת באמת זאג איך אייך, ביז דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, וועט קיין איין יוד, אדער א קוצי של יוד פון דער תורה נישט בטל ווערן, ביז אלץ איז געשען.

ווייל:

יעדעס פלייש איז ווי גראז,

און יעדע פראכט דערפון איז ווי א בלום פונם גראז.

פארטריקנט ווערט דאס גראז,

און די בלום פאלט אראפ;

דעם האר (ג-טס) ווארט אבער בלייבט אויף אייביק.

(ישעיהו מ, ח.)

און דאס דאזיקע איז דאס ווארט, וואס איז אייך אנגעזאגט געווארן ווי בשורה טובה.

ווי ווידערגעבוירענע, נישט פון א פארדארבלעכן זאמען, נאר פון אן אומפארדארבלעכן, דורך ה׳ס לעבעדיק און בלייבנדיק ווארט. ווייל:

יעדעס פלייש איז ווי גראז,

און יעדע פראכט דערפון איז ווי א בלום פונם גראז.

פארטריקנט ווערט דאס גראז,

און די בלום פאלט אראפ;

דעם האר (ג-טס) ווארט אבער בלייבט אויף אייביק.

(ישעיהו מ, ח.)

און דאס דאזיקע איז דאס ווארט, וואס איז אייך אנגעזאגט געווארן ווי בשורה טובה.

A inspiração divina

Toda Escritura é inspirada por Deus. Homens santos falaram da parte do Senhor, e a Palavra escrita é a expressão fiel da vontade divina.

וויסנדיק דאס דאזיקע קודם כל, אז קיין נבואה פון די כתבי (הקודש) קען נישט האבן קיין פריוואטן פירוש. ווארום קיינמאל איז נאך נישט געברענגט געווארן קיין נבואה פון א מענטשנס ווילן; נאר געטריבן פונם רוח הקודש, האבן מענטשן גערעדט פון ה׳. (שמואל ב כג, ג.)

נאכדעם ווי ה׳ האט פארצייטנס אין אפט מאל און אויף פארשיידענע אופנים גערעדט צו אונדזערע אבות אין די נביאים, האט ער אין די דאזיקע לעצטע טעג גערעדט צו אונדז אינם זון, וועמען ער האט באשטימט פאר א יורש פון אלעם, דורך וועמען ער האט אויך באשאפן די וועלטן, וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג-טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;

און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.

A Palavra como guia e tesouro

A Palavra de Deus é lâmpada para os pés, espada do Espírito e tesouro para o coração. Guardá-la e meditá-la nos protege do pecado.

נאר וואס זאגט זי? דאס ווארט איז נאענט צו דיר, עס איז אין דיין מויל, אין דיין הארצן; דאס הייסט, דאס ווארט פון אמונה, וואס מיר רופן אויס;

אזוי ארום איז דער גלויבן פון הערן, און דאס הערן דורך משיחס ווארט.

אבער איך זאג: האבן זיי דען נישט געהערט? געוויס: זייער קלאנג איז ארויסגעגאנגען איבער דער גאנצער ערד, און ביז צו די עקן פון דער באוואויטער וועלטזייערע ווערטער. (תהלים יט, ה.)

ווארום אלץ, וואס איז פון פריער געשריבן, איז געשריבן געווארן פאר אונדזער באלערנונג, כדי דורך סבלנות און דער טרייסט פון די כתבי (הקודש) זאלן מיר האבן די האפענונג.

און צו דערקענען דעם משיחס ליבע, וואס שטייגט איבער דערקענטעניש, כדי איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט יעדער שפע פון ה׳.

דאס דאזיקע איז גוט און אנגענומען פאר ה׳ אונדזער גואל, וועלכער וויל, אז אלע מענטשן זאלן געראטעוועט ווערן, און קומען צו דער דערקענטעניש פונם אמת.

Seja o primeiro