Purificação
A purificação é um tema central na Bíblia. Deus nos chama a sermos limpos — não apenas externamente, mas no coração, na mente e em toda a conduta de vida.
Purificados pelo sangue de Cristo
O sangue de Jesus nos purifica de todo pecado. Sua morte na cruz é o sacrifício perfeito que nos torna limpos diante de Deus.
ווען אבער מיר גייען אין דעם ליכט, ווי ער איז אין דעם ליכט, האבן מיר חברותאשאפט איינער מיט דעם אנדערן, און דאס בלוט פון יהושע/ישוע, זיין זון, רייניקט אונדז פון יעדן חטא.
ווען מיר זענען זיך מתוודה אויף אונדזערע זינד, איז ער געטריי און גערעכט אז ער זאל אונדז מוחל זיין די זינד און אונדז רייניקן פון יעדער אומגערעכטיקייט. (משלי כח, יג.)
אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג-ט?
וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג-טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;
וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.
Purificação interior
Deus cria em nós um coração puro. A purificação começa no interior — nos pensamentos, intenções e motivações do coração.
דערנענטערט זיך צו ה׳, און ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך. רייניקט אייערע הענט, איר חוטאים, און מאכט לויטער אייערע הערצער, איר צוויי-הארציקע.
דעריבער, האבנדיק די דאזיקע הבטחות, געליבטע, לאמיר זיך רייניקן פון יעדער באפלעקונג פון דעם פלייש און פון דעם גייסט, משלים צו זיין קדושה אין דער מורא פון ה׳.
געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז. און יעדער איינער, וועלכער האט די דאזיקע האפענונג אויף אים, רייניקט זיך אזוי, ווי ער איז ריין.
Lavados pela Palavra
A Palavra de Deus e o batismo nos purificam. Jesus disse: 'Vós já estais limpos pela palavra que vos tenho falado.'
איר זענט שוין ריין, דורך דעם ווארט, וואס איך האב צו אייך גערעדט.
איר מענער, האט ליב אייערע פרויען, ווי אויך דער משיח האט ליב געהאט די קהלה, און זיך אוועקגעגעבן פאר איר, כדי ער זאל זי הייליקן, האבנדיק זי טהור געמאכט דורך דער מקווה פון וואסער מיט דעם ווארט,
און איצט וואס צעגערסטו? שטיי אויף, לאז דיך טובל זיין אין דער מקווה, און וואש אפ דיינע זינד, אנרופנדיק זיין נאמען.
דאס איז אויך א קעגנבילד פון דער מקווה, וואס דערלייזט אייך איצט, נישט דאס אפטאן אומריינקייט פונם לייב, נאר דער פארלאנג אויף א גוט געוויסן לגבי ה׳, דורך דעם אויפשטיין (פון די טויטע) פון יהושע/ישוע המשיחן;
און האט געזאגט: וואס עס קומט ארויס פון דעם מענטשן, דאס איז דעם מענטשן מטמא. ווארום פון אינעווייניק, אויס דעם הארצן פון די מענטשן, קומען ארויס די בייזע מחשבות, זנות, גנבות, רציחות, ניאופים, געלט גייציקייט, שלעכטסקייטן, כיטרעקייט, צעלאזנקייט, א שלעכט אויג, חלול השם, גאווה, אומבאקימערטע נארישקייט; אלע די דאזיקע בייזע זאכן קומען ארויס פון אינעווייניק, און מאכן דעם מענטשן טמא.