Reino dos céus
O Reino dos Céus é comparado por Jesus a tesouros, sementes e redes. Através de parábolas, Ele revelou os mistérios de um Reino que já está entre nós, mas que se consumará na eternidade.
O valor incomparável do Reino
O Reino dos Céus é como um tesouro escondido ou uma pérola de grande valor. Quem o encontra, vende tudo para possuí-lo.
דאס מלכות השמים איז גלייך צו א פארבארגענעם אוצר אין א פעלד; וואס א מענטש האט געפונען, און פארבארגן; און פאר פרייד גייט ער און פארקויפט אלץ, וואס ער האט, און קויפט יענץ פעלד. ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א סוחר, וואס זוכט שיינע פערל. און ווען ער האט געפונען איינע, א זייער טייערע פערל, איז ער געגאנגען און פארקויפט אלץ, וואס ער האט געהאט, און האט זי געקויפט.
אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען, און געזייט אין זיין פעלד. דאס איז דאס קלענסטע פון אלע זריעות; נאר ווען עס וואקסט אויף, איז עס גרעסער ווי אלע קרייטעכצער, און עס ווערט א בוים, אז די פייגל פון הימל קומען און מאכן זיך נעסטן אין זיינע צווייגן.
אן אנדער משל האט ער צו זיי געזאגט: דאס מלכות השמים איז גלייך צו זויערטייג, וואס א פרוי האט גענומען, און באהאלטן אין דריי מאס זעמל מעל, ביז עס וועט אינגאנגצן דורכגעזויערט ווערן.
Parábolas do Reino
Jesus ensinou sobre o Reino mediante parábolas que revelam seu crescimento, seu juízo e a separação final entre justos e injustos.
אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געזייט גוטן זאמען אין זיין פעלד. און בשעת די לייט זענען געשלאפן, איז געקומען זיין שונא און האט פארזייט אומקרויט צווישן דעם ווייץ, און איז אוועקגעגאנגען. און ווען דאס גראז האט אויפגעשפראצט, און געברענגט פרוכט, האט זיך דעמאלט אויך דאס אומקרויט באוויזן. און די קנעכט פון דעם בעל הבית זענען צוגעגאנגען און האבן געזאגט צו אים: האר, צי האסטו דען נישט געזייט גוטע זריעה אין דיין פעלד? פונוואנען זשע האט עס אומקרויט? ער אבער האט צו זיי געזאגט: דאס האט א מענטש, א שונא, געטאן! זאגן די קנעכט צו אים: צי ווילסטו זשע אז מיר זאלן גיין און עס אויסרייסן? זאגט ער: ניין, טאמער, אויסרייסנדיק דאס אומקרויט, וועט איר צוגלייך דערמיט אויך אויסווארצלען דעם ווייץ. לאזט ביידע וואקסן צוזאמען ביז צום שניט, און אין דער צייט פון שניט וועל איך זאגן צו די שניטער: רייסט צום ערשט אויס דאס אומקרויט, און בינדט עס אין בינטלעך, כדי מען זאל עס פארברענען; דעם ווייץ אבער זאמלט איין אין מיין שייער אריין.
דעמאלט האט ער אוועקגעשיקט די המונים מענטשן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז. און זיינע תלמידים זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: באשייד אונדז דאס משל פון דעם אומקרויט פון פעלד. און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: דער, וואס זייט דעם גוטן זאמען, איז דער בר אנש; און דאס פעלד איז די וועלט; און דער גוטער זאמען, דאס זענען די קינדער פון דעם מלכות; דאס אומקרויט אבער זענען די קינדער פון דעם נישט גוטן; און דער שונא, וואס האט עס געזייט, איז דער שׂטן; און דער שניט איז דער קץ פון דער וועלט; און די שניטער זענען מלאכים. דעריבער ווי מען רייסט אויס דאס אומקרויט און מען פארברענט עס אין פייער, וועט עס אויך אזוי זיין ביים קץ פון דער וועלט. דער בר אנש וועט ארויסשיקן זיינע מלאכים, און זיי וועלן איינזאמלען פון זיין מלכות אלע מיכשולים און די, וואס טאן רשעות, און וועלן זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין. דעמאלט וועלן די צדיקים לויכטן ווי די זון אין דעם קעניגרייך פון זייער פאטער. ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן.
ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א נעץ, וואס איז אראפגעלאזט געווארן אין ים אריין, און וואס פאנגט פון אלע מינים. וואס, ווען זי איז געווארן פול, האט מען זי ארויסגעצויגן אויפן ברעג, און מען האט זיך אנידערגעזעצט, און געזאמלט די גוטע מינים אין געפעסן אריין, די שלעכטע אבער האט מען אוועקגעווארפן. אָט אזוי וועט עס זיין ביים קץ פון דער וועלט. די מלאכים וועלן ארויסגיין, און וועלן אפשיידן די רשעים פון צווישן די צדיקים, און זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
Quem herda o Reino
Os humildes, os pobres de espírito e as crianças são herdeiros do Reino. Mas é difícil para os ricos entrarem nele.
וואויל איז די ארעמע אין גייסט;
ווייל זייערס איז דאס מלכות השמים.
וואויל איז די טרויערנדיקע;
ווייל זיי וועלן געטרייסט ווערן.
וואויל איז די, וואס האלטן זיך קליין;
ווייל זיי וועלן ירשענען די ערד.
וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט;
ווייל זיי וועלן געזעטיקט ווערן.
וואויל איז די בעלי רחמים;
ווייל זיי וועלן דערלאנגען בארמהארציקייט.
וואויל איז די, וואס זענען ריין אין הארצן;
ווייל זיי וועלן זען ה׳.
וואויל איז די, וואס מאכן שלום;
ווייל זיי וועלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער.
וואויל איז די, וואס ווערן פארפאלגט צוליב גערעכטיקייט;
ווייל דאס מלכות השמים איז זייערס.
וואויל איז אייך, ווען מען טוט אייך אָן בזיונות, און מען פארפאלגט אייך, און מען רעדט אויס פאלש אלדאס בייז אויף אייך, צוליב מיר. פריידט זיך, און זייט זיך זייער משמח, ווייל אייער שכר איז גרויס אין הימל; מחמת אָט אזוי האט מען פארפאלגט די נביאים, וואס זענען געווען פאר אייך.
אין יענער שעה זענען די תלמידים געקומען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: ווער איז אינדעראמתן דער גרעסטער אין דעם מלכות השמים? און ער האט גערופן צו זיך א קינד, און האט עס געשטעלט אין זייער מיט, און געזאגט: באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט זיך נישט אומקערן, און ווערן ווי די קינדער, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אין דעם מלכות השמים! דעריבער ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן ווי דאס דאזיקע קינד, דער איז דער גרעסטער אין מלכות השמים.
יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און שטערט זיי נישט; מחמת צו אזעלכע געהערט דאס מלכות השמים.
און יהושע/ישוע האט געזאגט צו זיינע תלמידים: באמת זאג איך אייך: עס איז שווער פאר אן עושר אריינצוגיין אין דעם מלכות השמים. און ווידער זאג איך אייך: א קעמל קען לייכטער אריינגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי א רייכער אין דעם קעניגרייך פון ה׳! און ווען די תלמידים האבן דאס געהערט, זענען זיי שטארק נשתומם געווארן, און האבן געזאגט: ווער זשע קען דערלייזט ווערן? און יהושע/ישוע האט אויף זיי געקוקט און געזאגט צו זיי: ביי מענטשן איז דאס דאזיקע אוממעגלעך; ביי ה׳ אבער איז אלץ מעגלעך.
הערט זיך צו, געליבטע ברידער מיינע, צי האט דען ה׳ נישט אויסדערוויילט די אביונים אין דער וועלט, אז זיי זאלן זיין עשירים אין אמונה און יורשים פון דעם מלכות, וואס ער האט צוגעזאגט די, וואס האבן אים ליב!
Buscar o Reino acima de tudo
Jesus ensinou que devemos buscar primeiro o Reino e sua justiça. Nem todo que diz 'Senhor, Senhor' entrará — só quem faz a vontade do Pai.
נישט יעדער איינער, וואס זאגט צו מיר, האר, האר, וועט אריינגיין אין מלכות השמים, נאר דער, וואס טוט דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
דעריבער ווער עס וועט צעשטערן איינע פון די דאזיקע קלענסטע מצוות, און וועט אָט אזוי לערנען די מענטשן, דער וועט הייסן קלענסטער אין דעם מלכות השמים; ווער אבער עס וועט זיי טאן און לערנען, דער וועט הייסן גרויס אינם מלכות השמים. מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.
דעריבער זאלט איר אזוי תפילה טאן:
אונדזער פאטער, וואס דו ביסט אין הימל,
געהייליקט זאל ווערן דיין נאמען.
זאל דיין מלכות קומען.
זאל דיין רצון געשען,
ווי אין הימל, אזוי אויך אויף דער ערד.
אין יענע טעג קומט יוחנן פון דער (ירדן) מקווה, און רופט אויס אין דער מדבר פון יהודה, אזוי צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.
פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע אנגעהויבן אויסצורופן, און צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט!
גייט, רופט אויס און זאגט: דאס מלכות השמים איז נאענט!
און איך זאג אייך: א סך וועלן קומען פון מזרח און פון מערב, און וועלן זיך אנידערזעצן מיט אברהם, און מיט יצחקן, און מיט יעקבן, אין דעם מלכות השמים.
באמת זאג איך אייך, עס איז נישט אויפגעשטאנען צווישן די ילודי אשה קיין גרעסערער ווי יוחנן פון דער (ירדן) מקווה. דאך איז דער קלענסטער אין דעם מלכות השמים גרעסער ווי ער. אבער פון די טעג פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה ביז איצט ליידט דאס מלכות השמים געוואלד, און די, וואס טאן געוואלד רייסן עס צו זיך.
A herança eterna
O Reino dos Céus é inabalável e eterno. Deus nos chama a fazer firme a nossa vocação e eleição para entrar nesse Reino.
דערפאר, ווייל מיר באקומען א מלכות, וואס קען נישט דערשיטערט ווערן, לאמיר האבן דאנקבארקייט, דורך וועלכער מיר זאלן דינען וואוילגעפעליק צו ה׳ מיט יראה און מיט פחד; ווארום אונדזער ג-ט איז א פארצערנדיק פייער.
דערפאר, ברידער, פלייסיקט זיך נאך מער פעסט צו מאכן אייער רוף און אויסדערוויילונג; ווארום אויב איר וועט דאס טאן, וועט איר קיינמאל נישט שטרויכלען; ווארום אָט אזוי וועט אייך רייכלעך געגעבן ווערן דער אריינגאנג אין דעם אייביקן מלכות פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח.
דער האר וועט מיך מציל זיין פון יעדער מעשה רע, און מיך ראטעווען אין זיין מלכות שמים אריין; צו אים זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן.
האב נישט קיין מורא, דו קליינע סטאדע; ווייל עס איז וואוילגעפעלן דעם פאטער אייערן, אייך צו געבן דאס קעניגרייך!
ווארום דאס דאזיקע זאלט איר וויסן זיין, אז קיין נואף אדער אומזויבערער (מענטש) אדער געלטגייציקער, וואס איז ווי א געצנדינער, האט נישט קיין נחלה אין דעם מלכות פון דעם משיח און ה׳.