Ressurreição
A ressurreição é o pilar da fé cristã. Se Cristo não ressuscitou, é vã a nossa fé. Mas Ele venceu a morte, e essa é a garantia da nossa própria ressurreição.
Cristo ressuscitou
O túmulo está vazio! Os anjos declararam: 'Ele não está aqui; ressuscitou!' A ressurreição de Cristo é o fato mais transformador da história.
און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו די פרויען: האט נישט קיין מורא! מחמת איך ווייס, אז איר זוכט יהושען/ישוען וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן. ער איז דא נישטא; מחמת ער איז אויפגעשטאנען, לויט ווי ער האט געזאגט. קומט אהער, און זעט דאס ארט, וואו דער האר איז געלעגן.
און ער זאגט צו זיי: שרעקט זיך נישט! איר זוכט יהושען/ישוען פון נצרת, דעם וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן; ער איז אויפגעשטאנען; ער איז דא נישטא; אָט איז דאס ארט, וואו מען האט אים געלייגט! (תהלים טז, י.)
ער איז דא נישטא, נאר איז אויפגעשטאנען! דערמאנט זיך ווי ער האט גערעדט צו אייך, בשעת ער איז נאך געווען אין גליל, און געזאגט, אז דער בר אנש מוז איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון זינדיקע מענטשן, און ווערן אויפגעהאנגען אויף א בוים, און דעם דריטן טאג ווידער אויפשטיין.
און דעמאלט איז אויך דער אנדערער תלמיד אריינגעגאנגען, ער, וואס איז געקומען דער ערשטער צום קבר, און האט געזען און געגלויבט. ווארום זיי האבן נאך נישט פארשטאנען די שריפט, אז ער מוז אויפשטיין פון די טויטע.
ווארום קודם כל האב איך אייך איבערגעגעבן, וואס אויך איך האב מקבל געווען, אז משיח איז געשטארבן פאר אונדזערע זינד לויט די כתבי (הקודש); (ישעיהו נג, ה-יב.) און אז ער איז נקבר געווארן; און אז ער איז אויפגעשטאנען דעם דריטן טאג לויט די כתבי (הקודש); (תהלים טז, י.)
Ressurreição e vida eterna
Jesus disse: 'Eu sou a ressurreição e a vida.' Quem crê nele viverá, mesmo que morra. A morte foi derrotada na cruz e no túmulo vazio.
האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן, און יעדער איינער, וואס לעבט און גלויבט אין מיר, וועט אויף אייביק נישט שטארבן. צי גלויבסטו דאס דאזיקע?
ווארום ווי דער טויט איז געקומען דורך א מענטשן, אזוי איז אויך תחית המתים דורך א מענטשן.
ווארום ווי מיר גלויבן, אז יהושע/ישוע איז געשטארבן און אויפגעשטאנען, אזוי וועט ה׳ ברענגען די איינגעשלאפענע אין יהושען/ישוען צוזאמען מיט אים.
ווארום די ליבע פון דעם משיח צווינגט אונדז, וועלכע משפטן אזוי, אז אויב איינער איז געשטארבן פאר אלעמען, זענען אלע געשטארבן; און ער איז געשטארבן פאר אלעמען, כדי די לעבעדיקע זאלן מער נישט לעבן פאר זיך אליין, נאר פאר דעם, וועלכער איז פאר זיי געשטארבן און אויפגעשטאנען.
ווארום אויב מיר זענען צוזאמען געפלאנצט געווארן אין דער ענלעכקייט פון זיין טויט, וועלן מיר אויך זיין אין דער ענלעכקייט פון זיין תחית המתים, וויסנדיק דאס דאזיקע, אז אונדזער אלטער מענטש איז צוזאמען מיט אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, כדי דער גוף פון זינד זאל פארניכטעט ווערן און מיר זאלן מער נישט זיין פארשקלאפט צו דער זינד;
Nossa esperança futura
A ressurreição de Cristo garante nossa esperança viva. O Deus de paz trouxe dos mortos o grande Pastor das ovelhas para nossa salvação.
געלויבט זאל זיין דער ג-ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וועלכער האט לויט זיינע גרויסע רחמים אונדז ווידערגעבוירן צו א לעבעדיקער האפענונג דורך יהושע/ישוע המשיחס אויפשטיין פון די טויטע,
דאס איז אויך א קעגנבילד פון דער מקווה, וואס דערלייזט אייך איצט, נישט דאס אפטאן אומריינקייט פונם לייב, נאר דער פארלאנג אויף א גוט געוויסן לגבי ה׳, דורך דעם אויפשטיין (פון די טויטע) פון יהושע/ישוע המשיחן;
און דער ג-ט פון שלום, וואס האט צוריקגעברענגט פון די טויטע דעם גרויסן פאסטוך פון די שאף יהושען/ישוען אונדזער האר, דורך דעם בלוט פון דעם אייביקן בונד, זאל אייך מאכן שלמותדיק אין אלע מעשים טובים, צו טאן זיין רצון, ווירקנדיק אין אייך דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן.
אז איך זאל אים קענען, און די מאכט פון זיין אויפשטיין (תחית המתים), און די חברותאשאפט פון זיינע עינויים, ענלעך ווערנדיק צו זיין טויט;
געבענטשט און הייליק איז דער, וואס האט א חלק אין דעם ערשטן אויפשטיין; איבער די דאזיקע האט דער צווייטער טויט נישט קיין שליטה; נאר זיי וועלן זיין כהנים פאר ה׳ און פאר דעם משיח, און וועלן קעניגן מיט אים די טויזנט יאר. און ווען עס וועלן זיך ענדיקן די טויזנט יאר,
און איך האב געזען די טויטע, די גרויסע און די קליינע, שטיין פאר דעם כסא הכבוד; און ספרים זענען געווען אויפגעמאכט; און אן אנדער ספר איז אויפגעמאכט געווארן, דאס איז דאס ספר החיים (בוך פון לעבן); און די מתים זענען געמשפט געווארן אויס דעם, וואס שטייט געשריבן אין די ספרים, לויט זייערע מעשים. און דער ים האט אפגעגעבן די טויטע, וואס האבן זיך געפונען אין אים; און דער טויט און דאס שאול תחתית האבן אפגעגעבן די מתים, וואס זענען געווען אין זיי; און יעדער איינער איז געמשפט געווארן לויט זיינע מעשים.
דעריבער אזויווי איך האב באקומען די הילף, וואס איז פון ה׳, שטיי איך ביז צום היינטיקן טאג, עדות זאגנדיק פאר קליין און פאר גרויס, און זאג נישט קיין שום זאך אחוץ דאס, וואס די נביאים און משה (רבינו) האבן געזאגט, אז עס וועט געשען: אז דער משיח וועט ליידן, און אז ער, דער ערשטער אויפצושטיין תחית המתים, וועט אנזאגן א ליכט צום (יידישן) פאלק און צו די אומות (העולם).
זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים; און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם) צו פארשפאטן, און שמייסן, און אויפהענגען אויף דער בוים, און דעם דריטן טאג וועט ער אויפשטיין.