Sacrifício
O sacrifício é o coração do evangelho. Jesus entregou tudo por nós na cruz, e somos chamados a oferecer nossas vidas como sacrifício vivo, agradável a Deus.
O sacrifício supremo de Cristo
Jesus deu a própria vida como resgate por muitos. Seu sacrifício na cruz é o ato supremo de amor de toda a história — o Justo morrendo pelos injustos.
ווארום אפילו דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייז פאר פילע.
גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.
זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים; און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם) צו פארשפאטן, און שמייסן, און אויפהענגען אויף דער בוים, און דעם דריטן טאג וועט ער אויפשטיין.
און זיי האבן אים אויסגעטאן, און ארויפגעלייגט אויף אים א פורפור מאנטל. און געפלאכטן א קרוין פון דערנער און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים געגעבן א רוט אין זיין רעכטער האנט; האבן געבויגן די קני פאר אים, און אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: שלום צו דיר, קעניג פון די יידן!
און יהושע/ישוע האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: פאטער, אין דיינע הענט גיב איך איבער מיין גייסט! און דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעהויכט זיין אטעם. (תהלים לא, ה.)
קיינער האט נישט קיין גרעסערע ליבע ווי די דאזיקע, אז ער זאל אנידערלייגן זיין לעבן פאר זיינע פריינד.
ווייל ווען מיר זענען נאך געווען שוואך, איז דער משיח, אין דער געהעריקער צייט, געשטארבן פאר די רשעים.
O cordeiro sem defeito
Cristo nos resgatou com seu sangue precioso, como cordeiro sem defeito. Ele se ofereceu uma vez por todas para tirar os pecados do mundo.
וויסנדיק, אז נישט מיט פארדארבלעכע זאכן, מיט זילבער אדער גאלד, זענט איר אויסגעלייזט געווארן פון אייער נישטיקן שטייגער לעבן, וואס איז אייך איבערגעגעבן געווארן פון אייערע עלטערן; נאר מיט דעם טייערן בלוט פון דעם משיח, ווי פון א לעמעלע אָן א מום און אָן א פלעק; (שמות יב, ה.)
אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.
אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג-ט?
ווען אבער מיר גייען אין דעם ליכט, ווי ער איז אין דעם ליכט, האבן מיר חברותאשאפט איינער מיט דעם אנדערן, און דאס בלוט פון יהושע/ישוע, זיין זון, רייניקט אונדז פון יעדן חטא.
ווארום קודם כל האב איך אייך איבערגעגעבן, וואס אויך איך האב מקבל געווען, אז משיח איז געשטארבן פאר אונדזערע זינד לויט די כתבי (הקודש); (ישעיהו נג, ה-יב.) און אז ער איז נקבר געווארן; און אז ער איז אויפגעשטאנען דעם דריטן טאג לויט די כתבי (הקודש); (תהלים טז, י.)
און לעבט אין ליבע, ווי אויך דער משיח האט אייך ליב געהאט און זיך איבערגעגעבן פאר אונדז אלס א קרבן און זבח צו ה׳ פאר א ריח ניחוח.
וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.
Nosso sacrifício em resposta
Movidos pelo amor de Cristo, somos chamados a oferecer nossas vidas, nossos bens e nosso serviço como sacrifício vivo. Deus se agrada da entrega generosa.
אויך זאלט איר נישט איבערגעבן אייערע אברים ווי כלי זין פון רשעות צו זינד, נאר גיט אייך איבער צו ה׳, ווי לעבעדיק פון די טויטע און אייערע אברים ווי כלי זין פון צדקות צו ה׳.
ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, דער וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין נפש פאר מיינעטוועגן, דער וועט עס ראטעווען.
גייט און לערנט וואס דאס איז: איך וויל בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן (הושע ו, ו.); מחמת איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.
ער (ה׳), וואס האט נישט געשפארט זיין אייגענעם זון, נאר אים געגעבן פאר אונדז אלעמען, וויאזוי זשע וועט ער נישט מיט אים אונדז אלץ געבן פריי?
און האט געזאגט: אבא, פאטער, אלץ איז מעגלעך פאר דיר; נעם פון מיר אוועק דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט וואס איך וויל, נאר וואס דו ווילסט.
נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.