Santa ceia
A Santa Ceia é uma das ordenanças mais sagradas da igreja cristã. Instituída por Jesus na última noite antes da crucificação, ela celebra seu sacrifício e proclama sua morte até que Ele volte.
A instituição por Jesus
Na noite em que foi traído, Jesus tomou o pão e o cálice, deu graças e os compartilhou com os discípulos, dizendo: 'Fazei isto em memória de mim.'
און בשעת זיי האבן געגעסן, האט יהושע/ישוע גענומען ברויט, און האט געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און געזאגט: נעמט, עסט! דאס איז מיין גוף. און ער האט גענומען א כוס, געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי, זאגנדיק: טרינקט אלע דערפון! מחמת דאס איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע צו דער פארגעבונג פון זינד.
און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו זיי, און געזאגט: נעמט; דאס דאזיקע איז מיין גוף. און ער האט גענומען א כוס, האט געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי; און זיי האבן אלע געטרונקען דערפון. און ער האט צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע. באמת זאג איך אייך: איך וועל נישט מער טרינקען פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל עס טרינקען ניי אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
און ער האט גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, און האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי, אזוי צו זאגן: דאס דאזיקע איז מיין גוף, וואס ווערט געגעבן פאר אייך; דאס דאזיקע זאלט איר טאן לזכרון פון מיר! דעסגלייכן אויך דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער בעכער איז דער נייער בונד אין מיין בלוט, וואס ווערט פארגאסן פאר אייך.
O significado espiritual
A Ceia é participação no corpo e no sangue de Cristo. Jesus ensinou que quem come de sua carne e bebe de seu sangue tem a vida eterna.
איך בין דאס לעבעדיקע ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; אויב עמיצער וועט עסן פון דעם דאזיקן ברויט, וועט ער לעבן ביז אויף אייביק; און דאס ברויט, וואס איך וועל געבן, איז מיין פלייש, פאר דעם לעבן פון דער וועלט.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט נישט עסן דאס פלייש פון דעם בר אנש און טרינקען זיין בלוט, האט איר נישט קיין לעבן אין זיך. ווער עס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, דער האט אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג. ווארום מיין פלייש איז ווארהאפטיקע שפייז, און מיין בלוט איז ווארהאפטיק געטראנק. דער, וואס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, בלייבט אין מיר, און איך אין אים. ווי דער לעבעדיקער פאטער האט מיך געשיקט, און איך לעב דורך דעם פאטער, אזוי דער, וואס עסט מיך, וועט לעבן דורך מיר. דאס דאזיקע איז דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; נישט ווי אייערע עלטערן האבן געגעסן, און זענען געשטארבן; ווער עס עסט דאס דאזיקע ברויט, דער וועט לעבן אייביק.
און מאכנדיק א ברכה, האט ער עס צעבראכן און געזאגט: דאס איז מיין גוף, וועלכער ווערט געבראכן פאר אייערטוועגן; טוט דאס דאזיקע לזכרון פון מיר. אויך אזוי דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער כוס איז דער נייער בונד אין מיין בלוט; דאס טוט יעדעס מאל, ווען איר טרינקט (דערפון), לזכרון פון מיר. ווארום יעדעס מאל, ווען איר עסט דאס ברויט און טרינקט דעם דאזיקן כוס, זאגט איר אָן דעם הארס טויט, ביז ער וועט קומען. פאלגלעך, ווער עס עסט דאס ברויט אדער טרינקט דעם כוס פון דעם האר אומווירדיק, דער פארזינדיקט זיך קעגן דעם גוף און דעם בלוט פון דעם האר. נאר זאל זיך א מענטש אליין אויספרואוון, און אזוי עסן פון דעם ברויט און טרינקען פון דעם כוס.
ווארום יעדעס מאל, ווען איר עסט דאס ברויט און טרינקט דעם דאזיקן כוס, זאגט איר אָן דעם הארס טויט, ביז ער וועט קומען.
A prática da Igreja
Desde os primeiros cristãos, a Ceia do Senhor é parte fundamental da vida comunitária da Igreja, celebrada com reverência e exame de consciência.
און זיי האבן שטענדיק עוסק געווען אין דער לערנונג פון די שליחים און אין דער חברותאשאפט, אין ברויט ברעכן און אין די תפילות.
און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען מיר זענען זיך צונויפגעקומען צו ברעכן ברויט, האט פוילוס געדרשנט צו זיי, האבנדיק בדעה צומארגנס אפצופארן; און האט מאריך געווען די דרשה ביז האלבער נאכט.
און עס איז געשען, בשעתן אנידערזעצן זיך צוזאמען מיט זיי צום טיש, האט ער גענומען דאס ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי.
פאלגלעך, ווער עס עסט דאס ברויט אדער טרינקט דעם כוס פון דעם האר אומווירדיק, דער פארזינדיקט זיך קעגן דעם גוף און דעם בלוט פון דעם האר. נאר זאל זיך א מענטש אליין אויספרואוון, און אזוי עסן פון דעם ברויט און טרינקען פון דעם כוס. ווארום ווער עס עסט און טרינקט אומווירדיק, דער עסט און טרינקט א משפט פאר זיך, ווייל ער האט נישט געמאכט קיין הבדל צווישן דעם הארס גוף.