Publicidade

Seguir a Jesus

Por Bíblia Online

Seguir a Jesus é o convite mais transformador da Bíblia. Jesus chamou pescadores, cobradores de impostos e pessoas comuns para deixar tudo e segui-lo. Esse chamado continua vivo hoje.

O chamado de Jesus

Jesus disse: 'Segue-me'. Esse convite simples e poderoso mudou a vida de pescadores, publicanos e pessoas comuns ao longo da história.

און ער זאגט צו זיי: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן פאר פישערס פון מענטשן! און זיי האבן גלייך פארלאזן די נעצן, און האבן אים נאכגעפאלגט.

און ווען יהושע/ישוע איז פון דארטן ווייטער געגאנגען, האט ער געזען א מענטשן זיצן ביים הויז פון שטייער, ער האט געהייסן מתתיהו, און ער זאגט צו אים: פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט.

צומארגנס האט ער געוואלט ארויסגיין קיין גליל, און געפינט פיליפוסן; און יהושע/ישוע זאגט צו אים: פאלג מיר נאך.

און בשעת זיי זענען געגאנגען אויפן וועג, האט עמיצער געזאגט צו אים: איך וועל דיר נאכפאלגן וואואהין דו וועסט נאר גיין. און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: די פוקסן האבן היילן און די פייגל פון הימל נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט וואו דעם קאפ אנידערצולייגן. און צו אן אנדערן האט ער געזאגט: פאלג מיר נאך! דער אבער האט געזאגט: דערלויב מיר צום ערשט אוועקצוגיין און קובר צו זיין דעם פאטער מיינעם. האט ער צו אים געזאגט: לאז די טויטע באגראבן זייערע טויטע; דו אבער גיי, און זאג אָן דאס קעניגרייך פון ה׳! און נאך אן אנדערער האט געזאגט: איך וועל דיר נאכפאלגן, האר, נאר דערלויב מיר קודם כל זיך צו געזעגענען מיט די, וואס זענען אין מיין הויז. יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: קיינער, וואס לייגט די האנט אויפן אקעראייזן און בליקט אויף דעם, וואס איז הינטער זיך, טויג נישט פאר דעם קעניגרייך פון ה׳!

O custo do discipulado

Seguir a Jesus exige renúncia. É preciso tomar a cruz diariamente, deixar tudo para trás e amar a Cristo acima de qualquer outro vínculo.

דעמאלט האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיינע תלמידים! אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און נעמען זיין בוים, און מיר נאכפאלגן!

אויב עמיצער קומט צו מיר און האסט נישט זיין פאטער און מוטער און דאס ווייב און די קינדער און די ברידער און די שוועסטער, און דערצו אויך זיין אייגן לעבן, קען ער נישט זיין מיין תלמיד. ווער עס טראגט נישט זיין בוים און גייט מיר נאך, דער קען נישט זיין מיין תלמיד.

פעטרוס האט אנגעהויבן צו רעדן צו אים: זע, מיר האבן אלץ פארלאזן, און האבן דיר נאכגעפאלגט! האט יהושע/ישוע געזאגט: באמת זאג איך אייך: עס איז נישט פאראן קיינער, וועלכער האט פארלאזט הויז, אדער ברידער, אדער שוועסטער, אדער מוטער, אדער פאטער, אדער קינדער, אדער פעלדער, צוליב מיר, און צוליב דער בשורה טובה, וועלכער וועט נישט באקומען הונדערט מאל אזויפיל איצט אין דער דאזיקער צייט, הייזער, און ברידער, און שוועסטער, און מוטערס, און קינדער, און פעלדער, מיט פארפאלגונגען; און אין דער קומענדיקער וועלט אייביק לעבן. אבער א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע; און די לעצטע ערשטע.

Caminhar com Cristo

Quem segue a Jesus não anda em trevas, mas tem a luz da vida. Ele nos convida a crescer nele e a servir como Ele serviu.

דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן.

אויב עמיצער דינט מיך, זאל ער מיר נאכפאלגן; און וואו איך בין, דארט וועט אויך מיין דינער זיין; אויב עמיצער דינט מיך, וועט דער פאטער אים אפגעבן כבוד.

ווארום דערצו זענט איר בארופן געווארן; ווייל אויך משיח האט געליטן פאר אייערטוועגן, און איבערגעלאזט א ביישפיל פאר אייך, כדי איר זאלט נאכפאלגן זיינע פוסטריט; וועלכער האט קיין חטא נישט געטאן, נישט איז געפונען געווארן א פאלשקייט אין זיין מויל; וועלכער, ווערנדיק געזידלט, האט נישט צוריקגעזידלט; ליידנדיק, האט נישט געסטראשעט, נאר זיך איבערגעגעבן צום שופט צדק;

נאר, זאגנדיק דעם אמת אין ליבע, לאמיר אין אלעם וואקסן אין אים, וואס איז דער קאפ, דער משיח,

Seja o primeiro
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-07-05_19-25-13-