Sexo
A Bíblia trata a sexualidade como um presente de Deus para o contexto do casamento. As Escrituras celebram a intimidade conjugal e orientam sobre pureza e santidade sexual.
A sexualidade no plano de Deus
Desde a criação, Deus projetou a intimidade sexual como expressão de amor entre marido e mulher, abençoando a união conjugal.
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האט איר דען נישט געלייענט, אז דער בורא האט אין אנהויב זיי באשאפן זכר און נקבה, און געזאגט: דערפאר וועט א מענטש פארלאזן דעם פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב; און די צוויי וועלן ווערן איין פלייש? אזוי זענען זיי שוין מער נישט קיין צוויי, נאר איין פלייש. דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן.
A santidade na intimidade
O leito conjugal é honroso. A Bíblia celebra a alegria da intimidade dentro do casamento e orienta o casal ao amor e respeito mútuo.
די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.
זאל דער מאן אפגעבן זיין חוב צו דער פרוי; און פונקט אזוי די פרוי דעם מאן. די פרוי האט נישט קיין דעה צו זאגן איבער איר אייגן לייב, נאר דער מאן; און פונקט אזוי האט דער מאן נישט קיין דעה צו זאגן איבער זיין אייגן לייב, נאר די פרוי.
נאר אויב זיי קענען זיך נישט איינהאלטן, זאלן זיי חתונה האבן; ווארום עס איז בעסער חתונה צו האבן ווי צו ברענען (פון תאווה).
צי ווייסט איר דען נישט, אז אייערע גופים זענען אברים פון דעם משיח? זאל איך זשע נעמען די אברים פון משיח און זיי מאכן פאר די אברים פון א זונה? חס ושלום! אדער ווייסט איר נישט, אז דער, וואס באהעפט זיך מיט א זונה, איז איין גוף (מיט איר)? ווארום ער זאגט: די צוויי וועלן זיין איין פלייש. (בראשית ב, כד.) דער אבער, וועלכער באהעפט זיך מיט דעם האר, איז איין גייסט.
Pureza sexual
Deus nos chama à santificação e à fuga da imoralidade. O corpo do cristão é templo do Espírito Santo e deve ser tratado com honra.
אנטרינט זשע פון זנות. יעדע זינד, וואס א מענטש באגייט, איז אויסער דעם גוף (ציטירן ניטציטירן); דער אבער, וועלכער איז מזנה, זינדיקט קעגן זיין אייגענעם גוף. אדער ווייסט איר נישט, אז אייער גוף איז א היכל פאר דעם רוח הקודש, וועלכער איז אין אייך, וועמען איר האט פון ה׳? און איר געהערט נישט צו זיך אליין, ווארום איר זענט טייער געקויפט געווארן; דעריבער זאלט איר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין אייער גוף!
ווארום דאס דאזיקע איז ה׳ס רצון, אייער הייליקונג, אז איר זאלט זיך אפהאלטן פון זנות; אז יעדער איינער פון אייך זאל וויסן ווי צו האלטן זיין אייגענע כלי אין קדושה און מיט כבוד, נישט אין ליידנשאפטלעכע תאוות, ווי די אומות (העולם), וועלכע קענען נישט ה׳;
זנות אבער און יעדע טומאה אדער גייציקייט זאל אפילו נישט דערמאנט ווערן ביים נאמען צווישן אייך, ווי עס שטייט אָן פאר הייליקע;
איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס קוקט אויף א פרוי, זי צו גלוסטן, האט שוין גענואפט מיט איר אין זיין הארצן.
לאמיר גיין באשיידן, ווי בייטאג, נישט פרעסנדיק און זויפנדיק, נישט אין זנות און צעלאזנקייט, נישט אין מחלוקת און אין קנאה.
מיינענדיק, אז זיי זענען קלוגע, האבן זיי זיך באנארישט, און פארביטן די הערלעכקייט פון דעם אומשטארבלעכן ג-ט מיט דער ענלעכקייט פון דעם געשטאלט פון א שטערבלעכן מענטשן און פון פייגל און פון פיר פיסיקע און קריכנדיקע ברואים.
דערפאר האט זיי ה׳ איבערגעגעבן אין די תאוות פון זייערע הערצער, צו שמוציקייט, צו שענדן זייערע קערפערס צווישן זיך אליין; וועלכע האבן פארביטן דעם (דרך ה׳) אמת פון ג-ט מיט א שקר און פארערט און געדינט דאס באשאפענע אנשטאט דעם באשעפער, הקדוש ברוך הוא לעולמים. אמן. צוליב דעם האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו שענדלעכע תאוות; ווארום זייערע ווייבער האבן פארביטן דעם נאטירלעכן געברויך מיט אן אומנאטירלעכן; און אזוי אויך די מענער, פארלאזנדיק דעם נאטירלעכן געברויך פון דער פרוי, האבן זיך אין זייערע פארלאנגען דערהיצט איינער מיט דעם אנדערן, מענער מיט מענער טוענדיק געמיינהייטן, און האבן דערהאלטן אין זיך אליין דעם געהעריקן שכר פון זייער פארפירטקייט.