Superação
Superar desafios, dificuldades e tentações faz parte da caminhada cristã. A Bíblia nos garante que, em Cristo, somos mais que vencedores em todas as circunstâncias.
Vitória em Cristo
Jesus já venceu o mundo. Nele temos coragem, paz e a certeza de que nenhuma adversidade poderá nos derrotar definitivamente.
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
אבער אין דעם אלעם זענען מיר נאך מער ווי גובר דורך אים, וואס האט אונדז ליב געהאט.
אבער אדאנק זיי ה׳, וועלכער גיט אונדז דעם נצחון דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
אבער אדאנק זיי ה׳, וועלכער גיט אונדז דעם נצחון דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
ווייל אלץ, וואס איז געבוירן געווארן פון ה׳, איז מנצח די וועלט; און דאס דאזיקע איז דער נצחון, וואס האט באזיגט די וועלט: אונדזער אמונה.
ווארום דאס דאזיקע איז די ליבע צו ה׳: אז מיר זאלן אפהיטן זיינע געבאטן; און זיינע געבאטן זענען נישט שווער. ווייל אלץ, וואס איז געבוירן געווארן פון ה׳, איז מנצח די וועלט; און דאס דאזיקע איז דער נצחון, וואס האט באזיגט די וועלט: אונדזער אמונה. און ווער איז עס, וועלכער איז מנצח די וועלט, אויב נישט דער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער?
און ווער איז עס, וועלכער איז מנצח די וועלט, אויב נישט דער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער?
און זיי האבן אים מנצח געווען דורך דעם בלוט פון דעם לעמעלע, און דורך דעם ווארט פון זייער עדות זאגן; און האבן נישט ליב געהאט זייער לעבן ביז צום טויט.
Superando o mal com o bem
O cristão vence o mal não com violência, mas com o bem. O amor, a fé e a perseverança são as armas da superação.
לאז דיך נישט באזיגט פונם שלעכטן, נאר זיי גובר דאס שלעכטע מיט דעם גוטן.
לאז דיך נישט באזיגט פונם שלעכטן, נאר זיי גובר דאס שלעכטע מיט דעם גוטן.
און דאס ליכט שיינט אין דער פינצטערניש; און די פינצטערניש האט עס נישט גובר געווען.
א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט אונדז תמיד דעם נצחון אין דעם משיח, און אנטפלעקט דורך אונדז אומעטום דעם ריח ניחוח פון זיין דערקענטעניש.
און וועמען איר זענט מוחל, בין איך אויך (מוחל); ווארום וואס איך האב אויך מוחל געווען, האב איך עס מוחל געווען צוליב אייך פאר דעם משיח, כדי מיר זאלן נישט באטריגט ווערן פונם שׂטן, ווארום זיינע איינפאלן זענען אונדז נישט אומבאקאנט.
ווער עס איז מנצח, דעם וועל איך געבן צו זיצן מיט מיר אויף מיין כסא הכבוד, ווי אויך איך האב מנצח געווען און מיך אנידערגעזעצט מיט מיין פאטער אויף זיין כסא הכבוד.
ווער עס איז מנצח, דעם וועל איך געבן צו זיצן מיט מיר אויף מיין כסא הכבוד, ווי אויך איך האב מנצח געווען און מיך אנידערגעזעצט מיט מיין פאטער אויף זיין כסא הכבוד.
דער, וואס איז מנצח, וועט אזוי זיין אנגעקליידט אין ווייסע מלבושים; און איך וועל בשום אופן נישט אויסמעקן זיין נאמען פון דעם ספר החיים, און וועל באקענען זיין נאמען פאר דעם פאטער מיינעם און פאר זיינע מלאכים.
Força e coragem divina
Deus é nosso escudo e fortaleza. Quando o medo tenta nos paralisar, a presença do Senhor nos fortalece e nos encoraja a prosseguir.
איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.
קינדער, איר זענט פון ה׳, און האט זיי מנצח געווען; ווייל גרעסער איז דער, וועלכער איז אין אייך, ווי דער, וועלכער איז אין דער וועלט.
קינדער, איר זענט פון ה׳, און האט זיי מנצח געווען; ווייל גרעסער איז דער, וועלכער איז אין אייך, ווי דער, וועלכער איז אין דער וועלט.
Resistindo a tentação
A armadura de Deus nos protege contra as investidas do mal. Resistir ao diabo, vigiar e orar são essenciais para a superação espiritual.
צום סוף, ווערט שטארק אינם האר און אין דעם כוח פון זיין גבורה. טוט אָן די כלי זין פון ה׳, כדי איר זאלט קענען ביישטיין די כיטרעקייטן פון דעם שׂטן. ווייל דער ראנגלעניש פאר אונדז איז נישט קעגן בלוט און פלייש, נאר קעגן די ממשלות, קעגן די מאכטן, קעגן די וועלטהערשער פון דער דאזיקער פינצטערניש, קעגן די רוחות רעות אין די הימלישע ערטער. צוליב דעם נעמט אייך די כלי זין פון ה׳, כדי איר זאלט זיך קענען אקייגנשטעלן אין דעם בייזן טאג, און האבנדיק אלץ געטאן, צו בלייבן שטיין. דעריבער זאלט איר שטיין מיט אייערע לענדן ארומגעגארטלט מיט אמת, און אנגעטאן מיט דעם ברוסט שילד פון צדקות, און אייערע פיס באשוכט מיט גרייטקייט פאר דער גוטער בשורה פון שלום; און איבער אלעם נעמט דעם שילד פון אמונה, מיט וועלכן איר וועט זיין בכוח אויסצולעשן אלע ברענענדיקע פיילן פון דעם בייזן (שׂטן). און דעם העלם פון ישועה זאלט איר נעמען, און די שווערד פון דעם גייסט, וואס איז ה׳ס ווארט;
אז וואס שייך דעם פריערדיקן לעבנס־שטייגער זאלט איר אפטאן דעם אלטן מענטשן, וועלכער גייט צו גרונט פון די פארפירערישע תאוות, און באנייט ווערן אינם גייסט פון אייער פארשטאנד. און זאלט זיך אנקליידן דעם נייעם מענטשן, וואס איז באשאפן געווארן לויט (דעם דמות) אלקים אין צדקות און קדושה פונם אמת.
צארנט און זינדיקט נישט. זאל די זון נישט אונטערגיין אויף אייער רוגז; און גיט נישט דעם שׂטן קיין ארט.
אונטערטעניקט זשע זיך צו ה׳; און שטעלט זיך אנטקעגן דעם שׂטן, און ער וועט אנטלויפן פון אייך. דערנענטערט זיך צו ה׳, און ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך. רייניקט אייערע הענט, איר חוטאים, און מאכט לויטער אייערע הערצער, איר צוויי-הארציקע.
דערנידעריקט אייך פאר ה׳, און ער וועט אייך דערהייבן.
וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב. זאל קיינער נישט זאגן, ווען ער ווערט אויסגעפרואווט: איך ווער אויסגעפרואווט פון ה׳; ווארום ה׳ קען נישט אויסגעפרואווט ווערן מיט שלעכטס, און ער אליין פרואווט קיינעם נישט אויס; יעדער איינער אבער ווערט אויסגעפרואווט, ווען ער ווערט גערייצט פון זיינע אייגענע תאוות און געלאקט. דאן ווערט די תאווה מעוברת און טוט געבוירן זינד; און די זינד, ווען זי איז געווארן רייף, געווינט דעם טויט.
קיין נסיון האט אייך נישט אנגעכאפט, אחוץ וואס א מענטש קען פארטראגן; ה׳ אבער איז געטריי, וועלכער וועט אייך נישט לאזן אויסגעפרואווט ווערן איבער אייערע כוחות; נאר צוזאמען מיט דעם נסיון וועט ער אויך מאכן אן אויסוועג, כדי איר זאלט קענען ביישטיין.
אזוי געראנגלן זיך דעם גוטן געראנגל פון דער אמונה, כאפ אָן דאס אייביקע לעבן, צו וועלכן דו ביסט גערופן געווארן און האסט באקענט די גוטע באקענונג פאר א סך עדות.
אבער די, וואס ווילן רייך ווערן, פאלן אריין אין א נסיון און אין א נעץ און אין פיל אומזיניקע און שעדלעכע פארלאנגען, וועלכע דערטרענקען די מענטשן אין אונטערגאנג און פארדארבונג.
Perseverança até o fim
A corrida da fé exige perseverança. Devemos lançar fora todo peso e olhar para Jesus, o autor e consumador da nossa fé.
דעריבער אויך מיר, האבנדיק ארום זיך אזא וואלקן פון עדות (מארטירער), לאמיר אפטאן פון זיך יעדע לאסט און די זינד, וואס רינגלט אונדז אזוי לייכט ארום, און לאמיר לויפן סבלנותדיק דעם וועטלויף, וואס ליגט פאר אונדז,
ווארום באטראכט אים, וואס איז אויסגעשטאנען אזא אפאזיציע פון חוטאים קעגן אים, כדי איר זאלט נישט מיד און מאט ווערן אין אייערע זעלן.
ווייל דערמיט, וואס ער אליין האט געליטן, זייענדיק אין א נסיון, קען ער העלפן די, וואס געפינען זיך אין א נסיון.
זייט ניכטער, זייט וואכזאם; אייער שונא, דער שׂטן, גייט ארום ווי א ברומענדיקער לייב, זוכנדיק וועמען איינצושלינגען; שטעלט זיך אים אנטקייגן, פעסט אין דער אמונה, און זייט וויסן, אז די זעלביקע עינויים ווערן דערפילט אין אייערע ברידער אין דער וועלט. און דער ג‑ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן.
זייט ניכטער, זייט וואכזאם; אייער שונא, דער שׂטן, גייט ארום ווי א ברומענדיקער לייב, זוכנדיק וועמען איינצושלינגען;
ווער וועט אונדז אפשיידן פון דעם משיחס ליבע? צרות, אדער אנגסט, אדער פארפאלגונג, אדער הונגער, אדער נאקעטקייט, אדער סכנה, אדער א שווערד?
און מיר ווייסן, אז פאר אלע, וואס האבן ליב ה׳, ווירקט אלץ צוזאמען צום גוטן, צו די, וואס זענען גערופן לויט זיין ציל.
דער האר וועט מיך מציל זיין פון יעדער מעשה רע, און מיך ראטעווען אין זיין מלכות שמים אריין; צו אים זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן.
געטריי אבער איז דער האר, וועלכער וועט אייך שטארקן און אפהיטן פון בייז.
Descanso e renovação
Jesus convida os cansados e sobrecarregados a descansar nele. Sua graça é suficiente para nos renovar em meio às tribulações.
קומט צו מיר אלע, וואס הארעווען שווער און זענען באלאסטעט, און איך וועל אייך געבן רו.
אייער ליבע זייט—אָן געלטגייציקייט; זייט צופרידן מיט דעם, וואס איר האט; ווארום ער אליין האט געזאגט:
איך וועל דיך אויף קיין פאל נישט פארווארפן,
איך וועל אויך אויף קיין פאל דיך נישט פארלאזן.
(דברים לא, ו.)
ווייל קיין זאך איז נישט אוממעגלעך פאר ה׳.
און ער האט צו זיי געזאגט: וואס שלאפט איר? שטייט אויף און טוט תפילה, אז איר זאלט נישט אריינקומען אין קיין נסיון!
און קומענדיק צו דעם ארט, האט ער צו זיי געזאגט: טוט תפילה, אז איר זאלט נישט אריינקומען אין קיין נסיון!
זע, איך האב אייך געגעבן די מאכט צו טרעטן אויף שלאנגען און עקדישן און איבער יעדער גבורה פון דעם שונא; און עס וועט אייך גארנישט שאטן.
וואכט און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון; דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש איז אבער שוואך!
ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן.
איך שרייב צו אייך, קינדער, ווייל די זינד זענען אייך פארגעבן געווארן צוליב זיין נאמען. איך שרייב צו אייך, אבות, ווייל איר קענט אים, וואס איז פון אנהויב אָן. איך שרייב צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). איך האב געשריבן צו אייך, קינדער, ווייל איר קענט דעם פאטער. איך האב געשריבן צו אייך, פאטערס, ווייל איר קענט אים, וועלכער איז פון אנהויב אָן. איך האב געשריבן צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר זענט שטארק, און ה׳ס ווארט פארבלייבט אין אייך, און איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). האט נישט ליב די וועלט, אויך נישט די זאכן, וואס זענען אין דער וועלט. אויב איינער האט ליב די וועלט, איז דעם פאטערס ליבע נישט אין אים.
צי ווייסט איר דען נישט, אז אייערע גופים זענען אברים פון דעם משיח? זאל איך זשע נעמען די אברים פון משיח און זיי מאכן פאר די אברים פון א זונה? חס ושלום! אדער ווייסט איר נישט, אז דער, וואס באהעפט זיך מיט א זונה, איז איין גוף (מיט איר)? ווארום ער זאגט: די צוויי וועלן זיין איין פלייש. (בראשית ב, כד.) דער אבער, וועלכער באהעפט זיך מיט דעם האר, איז איין גייסט. אנטרינט זשע פון זנות. יעדע זינד, וואס א מענטש באגייט, איז אויסער דעם גוף (ציטירן ניטציטירן); דער אבער, וועלכער איז מזנה, זינדיקט קעגן זיין אייגענעם גוף. אדער ווייסט איר נישט, אז אייער גוף איז א היכל פאר דעם רוח הקודש, וועלכער איז אין אייך, וועמען איר האט פון ה׳? און איר געהערט נישט צו זיך אליין, ווארום איר זענט טייער געקויפט געווארן; דעריבער זאלט איר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין אייער גוף!
איך זאג אבער: לעבט אינם גייסט און דערפילט נישט די תאוות פונם פלייש. ווארום דאס פלייש גלוסט קעגן דעם גייסט, און דער גייסט קעגן דעם פלייש; די דאזיקע שטעלן זיך אנטקעגן איינס דאס אנדערע, כדי איר זאלט נישט טאן וואס איר ווילט.