Publicidade

Trabalhar para Deus

Por Bíblia Online

Trabalhar para Deus vai além do ofício secular. É dedicar a vida inteira — palavras, ações e atitudes — ao serviço do Reino, reconhecendo que cada tarefa pode glorificar o Senhor.

Servindo ao Senhor em tudo

Quando trabalhamos como para Deus, cada ação se torna um ato de adoração. Não importa a tarefa — o que importa é o coração dedicado.

און וואס איר וועט טאן, זאלט איר טאן מיטן גאנצן הארצן, ווי פאר דעם האר, און נישט פאר מענטשן, וויסנדיק, אז פון דעם האר וועט איר באקומען דעם שכר פון דער ירושה; ווארום איר דינט דעם האר משיח!

גיב דיר די מי, זיך פארצושטעלן פאר ה׳ ווי אן אויסגעפרואווטער ארבעטער, וועלכער דארף זיך נישט שעמען, וואס טיילט אויס ריכטיק דאס ווארט פון אמת.

זייט אבער טוער פונם ווארט, און נישט בלויז הערער, וואס פארפירן זיך אליין.

און שטרעבן צו פירן א שטיל לעבן, און טאן דאס אייעריקע, און ארבעטן מיט אייערע אייגענע הענט, פונקט אזוי ווי מיר האבן אייך געבאטן, כדי איר זאלט פירן אנשטענדיק קעגן די, וואס זענען אין דרויסן, און נישט דארפן אנקומען צו קיינעם.

Chamados para as boas obras

Fomos criados em Cristo Jesus para boas obras, que Deus preparou de antemão para que andássemos nelas. Não somos salvos por obras, mas para obras.

ווארום מיר זענען זיין ווערק, באשאפן אינם משיח יהושע/ישוע צו מעשים טובים, וועלכע ה׳ האט פארויס צוגעגרייט, אז מיר זאלן לעבן אין זיי.

און ווייל מיר ווייסן, אז קיין מענטש ווערט נישט גערעכטפערטיקט דורך מעשים פון דער תורה, נאר דורך דער אמונה פונם משיח יהושע/ישוע, האבן מיר אויך געגלויבט אין דעם משיח יהושע/ישוע, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה אינם משיח, און נישט דורך מעשים פון דער תורה; ווייל דורך מעשים פון דער תורה וועט קיין בשר נישט גערעכטפערטיקט ווערן.

און ה׳ קען אייך משפיע זיין יעדן חסד, כדי איר, האבנדיק תמיד אין אלעם גענוג, זאלט זיך פיל מערן צו כלערליי מעשים טובים;

דעריבער, מיינע געליבטע, ווי איר זענט תמיד געווען געהארכזאם, נישט נאר אין מיין אנוועזנהייט (ביי אייך), נאר פיל מער איצט אין מיין אפוועזנהייט, אזוי ארבעט אויס אייער אייגענע ישועה מיט יראה און מיט ציטערניש; ווארום ה׳ איז עס, וואס ווירקט אין אייך סאי צו וועלן סאי צו טאן לויט זיין רצון. טוט אלץ אָן מורמלען און וויכוחים, כדי איר זאלט זיין אָן שולד און אָן פאלשקייט, קינדער פון ה׳ אָן א מום אין דער מיט פון א פארקרימט און א פארדרייט דור, צווישן וועלכע איר שיינט ווי ליכט אין דער וועלט, פעסטהאלטנדיק דאס ווארט פון לעבן, מיר צום רום אינם טאג פון דעם משיח, אז איך בין נישט אומזיסט געלאפן און האב נישט אומזיסט געפראצעוועט.

A missão do cristão

O chamado a trabalhar para Deus inclui a Grande Comissão: fazer discípulos de todas as nações, cooperando com Ele na expansão do Reino.

גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש,

ווער עס גלויבט און לאזט זיך טובל זיין אין א מקווה, דער וועט געראטעוועט ווערן; ווער אבער עס וועט נישט גלויבן, דער וועט פארמשפט ווערן.

ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר.

ווארום מיר אלע מוזן דערשיינען פאר משיחס כסא המשפט, כדי יעדער איינער זאל באקומען דאס, וואס ער האט געטאן אין דעם גוף, גוטס אדער שלעכטס.

Seja o primeiro
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-07-05_12-11-46-