Verdade
A verdade é um dos atributos centrais de Deus e um pilar da vida cristã. Jesus se declarou o caminho, a verdade e a vida. Viver na verdade é viver em liberdade e integridade.
Deus é a fonte da verdade
O Senhor é fiel e verdadeiro em todas as suas palavras. Sua Palavra é a verdade absoluta que ilumina nosso caminho e nos sustenta.
זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.
און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.
און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג-ט און דאס אייביקע לעבן.
O Espírito da verdade
Jesus prometeu enviar o Espírito Santo, o Espírito da verdade, que nos guia, ensina e nos faz lembrar de tudo o que Cristo disse.
איך זאג אייך אבער דעם אמת: עס איז גוט פאר אייך, אז איך גיי אוועק; ווארום אויב איך זאל נישט אוועקגיין, וועט דער פרקליט בשום אופן נישט קומען צו אייך; און אויב איך גיי יא, וועל איך אים שיקן צו אייך.
ווען אבער דער פרקליט וועט קומען, וועמען איך וועל שיקן צו אייך פון מיין פאטער, דעם גייסט פון אמת, וואס קומט ארויס פון דעם פאטער, וועט ער עדות זאגן וועגן מיר;
און איר, די זאלבונג, וואס איר האט באקומען פון אים, בלייבט אין אייך, און איר דארפט נישט, אז עמיצער זאל אייך לערנען; נאר ווי זיין זאלבונג לערנט אייך וועגן אלעם, און איז ווארהאפטיק, און נישט קיין שקר, און ווי זי האט אייך געלערנט, אזוי זאלט איר בלייבן אין אים.
ה׳ איז א גייסט, און די, וואס בוקן זיך צו אים, מוזן זיך בוקן אין גייסט און אין דער ווארהייט.
A verdade liberta
Jesus prometeu que conhecer a verdade nos torna livres. A mentira aprisiona, mas a verdade de Deus nos conduz à plenitude.
דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים; און איר וועט דערקענען דעם אמת, און דער אמת וועט אייך באפרייען.
גיב דיר די מי, זיך פארצושטעלן פאר ה׳ ווי אן אויסגעפרואווטער ארבעטער, וועלכער דארף זיך נישט שעמען, וואס טיילט אויס ריכטיק דאס ווארט פון אמת.
פון זיין אייגענעם רצון האט ער אונדז געבוירן דורך דעם ווארט פון אמת, כדי מיר זאלן זיין אן ארט ביכורים (ערשטע פרוכט) פון זיינע באשעפענישן.
Vivendo e falando a verdade
Somos chamados a falar a verdade em amor e a rejeitar toda forma de engano. A integridade nas palavras é marca do cristão.
נאר, זאגנדיק דעם אמת אין ליבע, לאמיר אין אלעם וואקסן אין אים, וואס איז דער קאפ, דער משיח,
צום סוף, ברידער, אלץ וואס איז נאר אמת, בכבודיק, גערעכט, לויטער, ליבלעך, האט א גוטן שם; אויב א גוטע מידה און אויב עפעס צום לויבן, זאלט איר דערפון נאכטראכטן.
נאר פריער פאר אלעם, שווערט נישט, ברידער מיינע, נישט ביים הימל, נישט ביי דער ערד, נישט ביי קיין שום אנדערער שבועה; נאר זאל אייער יא זיין יא, און אייער ניין זאל זיין ניין; כדי איר זאלט נישט פאלן אונטער א משפט.
קינדער, לאמיר נישט ליב האבן מיט ווערטער, אויך נישט מיט דער צונג, נאר בפועל ממש און באמת.
ווען מיר זאגן, אז מיר האבן חברותאשאפט מיט אים, און גייען אין דער פינצטערניש, זאגן מיר ליגן, און טאן נישט דעם אמת;
קיין גרעסערע פרייד האב איך נישט, ווי צו הערן, אז מיינע קינדער לעבן אין דעם אמת.
אמונה אבער איז דער בטחון פון די זאכן, אויף וועלכע מען האפט, אן איבערצייגונג פון זאכן, וואס מען זעט נישט.