Vida
A vida é um dom precioso de Deus. Desde a concepção até a eternidade, as Escrituras revelam o propósito, o valor e a plenitude da vida que o Senhor nos oferece.
Deus, o autor da vida
O Senhor é quem dá a vida e a sustenta. Cada ser humano foi formado por suas mãos com propósito e intenção divina.
A vida em Cristo
Jesus é o caminho, a verdade e a vida. Nele encontramos sentido, plenitude e a promessa de vida abundante e eterna.
זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.
דער גנב קומט נישט אחוץ כדי צו גנבענען און הרגענען און צו פארדארבן; איך בין געקומען, כדי זיי זאלן האבן לעבן, און אז זיי זאלן האבן א שפע.
האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן, און יעדער איינער, וואס לעבט און גלויבט אין מיר, וועט אויף אייביק נישט שטארבן. צי גלויבסטו דאס דאזיקע?
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: איך בין דאס ברויט פון לעבן; דער, וואס קומט צו מיר, וועט קיינמאל נישט הונגערן, און דער, וואס גלויבט אין מיר, וועט קיינמאל נישט דורשטן.
דער, וואס גלויבט אין מיר, לויט ווי די שריפט (כתבי הקודש) זאגט, וועלן פון זיין לייב פליסן טייכן פון לעבעדיק וואסער.
מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.
מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.
Vivendo com sabedoria
A Bíblia nos orienta a viver com sabedoria, aproveitando bem o tempo, guardando o coração e buscando a vontade de Deus para cada dia.
גיט זשע גוט אכטונג וויאזוי איר לעבט, נישט ווי נאראנים, נאר ווי חכמים; אויסקויפנדיק די צייט, ווייל די טעג זענען בייז.
A vida no dia a dia
Cada dia é uma oportunidade de glorificar a Deus. A Escritura nos chama a viver com propósito, confiança e fé prática.
Prioridades e eternidade
Jesus nos lembra que a vida é mais que comida e o corpo mais que roupa. O que importa é buscar o Reino de Deus e viver para a eternidade.
דערפאר זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען; און אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. צי איז דען נישט דאס לעבן מער ווי די שפייז, און דער גוף מער ווי די קליידונג? קוקט אויף די פייגל פון הימל, אז זיי זייען נישט, און שניידן נישט, און זאמלען אויך נישט אין שייערס אריין; און אייער הימלישער פאטער שפייזט זיי. צי זענט איר דען נישט פיל מער ווערט ווי זיי? און ווער פון אייך זארגנדיק, קען צולייגן אן אייל צו זיין געוואוקס?
ווארום וואס לוינט זיך א מענטשן צו געווינען די גאנצע וועלט, און צו פארלירן זיין נפש?
און האט צוגערופן צו זיך דעם המון מענטשן צוזאמען מיט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און זאל ער נעמען זיין בוים. און מיר נאכפאלגן. ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין לעבן צוליב מיר און דער גוטער בשורה, דער וועט עס אפראטעווען. ווארום וואס לוינט זיך א מענטשן צו געווינען די גאנצע וועלט, און צו פארלירן זיין נפש? ווארום וואס פאר אן אויסלייז געלט זאל א מענטש געבן פאר זיין נפש? ווארום ווער עס וועט זיך שעמען מיט מיר און מיט מיינע ווערטער אין דעם דאזיקן נואפדיקן און זינדיקן דור, וועט דער בר אנש זיך אויך שעמען מיט אים, ווען ער וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט די הייליקע מלאכים.
ער האט אבער צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פאר יעדער געלטגייציקייט! ווייל דאס לעבן פון א מענטשן באשטייט נישט אין דער שפע פון זיין פארמעגן.
און דאס איז דאס אייביקע לעבן, אז זיי זאלן דיך קענען, דעם איינציק אמתן ג‑ט, און יהושע/ישוע המשיחן, וועמען דו האסט געשיקט.
ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.
ווייל מיר לעבן אין גלויבן, נישט אין ראיח.
יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר;
און שטרעבן צו פירן א שטיל לעבן, און טאן דאס אייעריקע, און ארבעטן מיט אייערע אייגענע הענט, פונקט אזוי ווי מיר האבן אייך געבאטן, כדי איר זאלט פירן אנשטענדיק קעגן די, וואס זענען אין דרויסן, און נישט דארפן אנקומען צו קיינעם.
און וואס איר וועט טאן, זאלט איר טאן מיטן גאנצן הארצן, ווי פאר דעם האר, און נישט פאר מענטשן, וויסנדיק, אז פון דעם האר וועט איר באקומען דעם שכר פון דער ירושה; ווארום איר דינט דעם האר משיח!
וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב.
ווער איז א חכם און א פארשטאנדיקער צווישן אייך? זאל ער ארויסווייזן זיינע מעשים דורך זיין גוטער פירונג מיט עניוותדיקייט פון חכמה.
ווארום:
ווער עס וויל ליב האבן דאס לעבן
און זען גוטע טעג,
זאל ער אפהאלטן זיין צונג פון בייז,
און זיינע לעפצן פון רעדן פאלשקייט;
זאל ער זיך אפנייגן פון שלעכטס און טאן גוטס,
זאל ער זוכן שלום און נאכיאגן אים.