13 צי איז דען דער משיח צעטיילט געווארן? איז פוילוס פאר אייך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן? אדער זענט איר געטובלט געווארן אין דער מקווה אין דעם נאמען פון פוילוסן? 14 איך דאנק ה׳, וואס איך האב קיינעם פון אייך נישט טובל געווען אין א מקווה אחוץ קריספוסן און גאיוסן; 15 כדי קיינער זאל נישט זאגן, אז איר זענט געטובלט געווארן אין דער מקווה אין מיין נאמען. 16 און איך האב אויך געטובלט אין דער מקווה די בני בית פון סטעפאנאסן; ווייטער ווייס איך נישט, צי איך האב טובל געווען אין דער מקווה עמיצן אנדערש. 17 ווארום דער משיח האט מיך נישט געשיקט טובל צו זיין אין א מקווה, נאר אנצוזאגן די גוטע בשורה; נישט מיט קיין געקליגלט ווארט, כדי משיחס בוים זאל נישט אנטקרעפטיקט ווערן.
Publicidade
Publicidade