Publicidade

1 Coríntios 11

24 און מאכנדיק א ברכה, האט ער עס צעבראכן און געזאגט: דאס איז מיין גוף, וועלכער ווערט געבראכן פאר אייערטוועגן; טוט דאס דאזיקע לזכרון פון מיר. 25 אויך אזוי דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער כוס איז דער נייער בונד אין מיין בלוט; דאס טוט יעדעס מאל, ווען איר טרינקט (דערפון), לזכרון פון מיר. 26 ווארום יעדעס מאל, ווען איר עסט דאס ברויט און טרינקט דעם דאזיקן כוס, זאגט איר אָן דעם הארס טויט, ביז ער וועט קומען. 27 פאלגלעך, ווער עס עסט דאס ברויט אדער טרינקט דעם כוס פון דעם האר אומווירדיק, דער פארזינדיקט זיך קעגן דעם גוף און דעם בלוט פון דעם האר. 28 נאר זאל זיך א מענטש אליין אויספרואוון, און אזוי עסן פון דעם ברויט און טרינקען פון דעם כוס.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-