12 ווארום ווי דער גוף איז איינער, און האט א סך אברים, און די אלע אברים פונם קערפער, (הגם) זיי זענען א סך, זענען איין גוף; אזוי אויך איז דער משיח. 13 ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט. 14 דען דער גוף איז נישט איין אבר, נאר א סך. 15 אויב דער פוס זאל זאגן: ווייל איך בין נישט קיין האנט, געהער איך נישט צום קערפער, געהערט ער דען נישט צוליב דעם צום קערפער? 16 און אויב דאס אויער זאל זאגן: ווייל איך בין נישט קיין אויג, געהער איך נישט צום קערפער; צי געהערט עס דען נישט צוליב דעם צום קערפער? 17 אויב דער גאנצער גוף וואלט געווען אן אויג, וואו וואלט געווען דער חוש השמיעה? און אויב ער וואלט אינגאנצן געווען שמיעה, וואו וואלט געווען דער חוש הריח? 18 איצט אבער האט ה׳ געזעצט די אברים, יעדעס איינע פון זיי אין דעם גוף אזוי ווי ער האט געוואלט. 19 און אויב אלע וואלטן געווען איין אבר, וואו וואלט געווען דער גוף? 20 איצט אבער זענען עס טאקע א סך אברים, נאר איין גוף. 21 און דאס אויג קען נישט זאגן צו דער האנט: איך דארף דיך נישט האבן; אדער ווידער דער קאפ צו די פיס; איך דארף אייך נישט האבן! 22 נאר להיפך, די אברים פונם גוף, וואס שיינען אויס צו זיין די שוואכערע, זענען (גראד) נויטווענדיק. 23 און די (טיילן) פונם גוף, וועלכע מיר האלטן פאר נישט אזוי איידל, די דאזיקע באקליידן מיר מיט מער כבוד; און אונדזערע נישט אנשטענדיקע צירן מיר אמערסטן; 24 אונדזערע אנשטענדיקע אבער דארפן עס נישט; יא, ה׳ האט (אזוי) צוזאמענגעזעצט דעם גוף, אז ער האט צוגעטיילט מער כבוד צו דעם ווייניקער וויכטיקן (אבר), 25 כדי עס זאל נישט זיין קיין מחלוקה אינם גוף; נאר אז די אברים זאלן פארזארגן איינס דאס אנדערע. 26 און אויב איין אבר ליידט, ליידן אלע אברים מיט; און אויב איין אבר באקומט כבוד, פרייען זיך אלע אברים מיט. 27 און איר זענט משיחס גוף, און אברים יעדער באזונדער.
Publicidade