Pular para o conteúdo
Publicidade

א קארינטער בריוו 13

4 די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן; 5 פירט זיך נישט אויף אומבאשיידן, זוכט נישט דאס איריקע, דערצערנט זיך נישט, טראכט נישט קיין בייז. 6 פריידט זיך נישט אויף קיין עוולה, נאר פריידט זיך יא מיט דעם אמת; 7 זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער. 8 די ליבע גייט קיינמאל נישט אונטער; נאר אויב עס זענען פאראן נבואות, וועלן זיי בטל ווערן; אויב לשונות, וועלן זיי אויפהערן; אויב דערקענטעניש, וועט זי אפגעשאפט ווערן.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também