15 צי ווייסט איר דען נישט, אז אייערע גופים זענען אברים פון דעם משיח? זאל איך זשע נעמען די אברים פון משיח און זיי מאכן פאר די אברים פון א זונה? חס ושלום! 16 אדער ווייסט איר נישט, אז דער, וואס באהעפט זיך מיט א זונה, איז איין גוף (מיט איר)? ווארום ער זאגט: די צוויי וועלן זיין איין פלייש. (בראשית ב, כד.) 17 דער אבער, וועלכער באהעפט זיך מיט דעם האר, איז איין גייסט. 18 אנטרינט זשע פון זנות. יעדע זינד, וואס א מענטש באגייט, איז אויסער דעם גוף (ציטירן ניטציטירן); דער אבער, וועלכער איז מזנה, זינדיקט קעגן זיין אייגענעם גוף. 19 אדער ווייסט איר נישט, אז אייער גוף איז א היכל פאר דעם רוח הקודש, וועלכער איז אין אייך, וועמען איר האט פון ה׳? און איר געהערט נישט צו זיך אליין, 20 ווארום איר זענט טייער געקויפט געווארן; דעריבער זאלט איר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין אייער גוף!
Publicidade
Publicidade