1 און וואס שייך דעם, וואס איר האט געשריבן; עס איז גוט פאר א מענטשן נישט אנצורירן א פרוי (ציטירן ניטציטירן). 2 נאר צוליב זנות זאל יעדער (מאן) האבן זיין אייגן ווייב, און יעדע פרוי איר אייגענעם מאן. 3 זאל דער מאן אפגעבן זיין חוב צו דער פרוי; און פונקט אזוי די פרוי דעם מאן. 4 די פרוי האט נישט קיין דעה צו זאגן איבער איר אייגן לייב, נאר דער מאן; און פונקט אזוי האט דער מאן נישט קיין דעה צו זאגן איבער זיין אייגן לייב, נאר די פרוי. 5 שיידט זיך נישט אפ איינס פונם אנדערן, אחוץ אויב איר זענט מרוצה דערויף ביז צו א געוויסער צייט, כדי איר זאלט זיך אפגעבן מיט תפילה, און קומט זיך ווידער צונויף, כדי דער שׂטן זאל אייך נישט ברענגען צו קיין נסיון דורך אייער נישט איינגעהאלטנקייט.
Publicidade