Pular para o conteúdo
Publicidade

א קארינטער בריוו 7

32 און איך וויל איר זאלט זיין אָן דאגות. דער נישט פארהייראטער קימערט זיך פאר די זאכן פונם האר, וויאזוי ער זאל וואוילגעפעלן דעם האר; 33 דער חתונה געהאטער קימערט זיך וועגן די זאכן פון דער וועלט, וויאזוי ער זאל וואוילגעפעלן זיין ווייב; 34 און ער איז צעטיילט. און די נישט פארהייראטע פרוי און די בתולה זארגט זיך פאר די זאכן פונם האר, כדי זי זאל זיין הייליק סאי אינם קערפער סאי אינם גייסט; די חתונה געהאטע (פרוי) אבער זארגט זיך וועגן די זאכן פון דער וועלט, וויאזוי זי זאל וואוילגעפעלן דעם מאן. 35 און איך זאג דאס דאזיקע פאר אייער אייגענעם נוצן; נישט כדי צו ווארפן א נעץ אויף אייך, נאר ווי עס איז בכבודיק, און איר זאלט קענען דינען דעם האר אומגעשטערט.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também