8 און צו די נישט חתונה געהאטע און צו די אלמנות זאג איך: עס איז גוט פאר זיי צו בלייבן אזוי, ווי איך בין. 9 נאר אויב זיי קענען זיך נישט איינהאלטן, זאלן זיי חתונה האבן; ווארום עס איז בעסער חתונה צו האבן ווי צו ברענען (פון תאווה). 10 און די פארהייראטע זאג איך אָן, נישט איך, נאר דער האר, אז א פרוי זאל זיך נישט אפשיידן פונם מאן; 11 נאר אויב זי האט זיך געשיידט, זאל זי בלייבן נישט פארהייראט, אדער זיך איבערבעטן מיטן מאן; און א מאן זאל נישט פארלאזן זיין ווייב.
Publicidade