Publicidade

1 João 2

12 איך שרייב צו אייך, קינדער, ווייל די זינד זענען אייך פארגעבן געווארן צוליב זיין נאמען. 13 איך שרייב צו אייך, אבות, ווייל איר קענט אים, וואס איז פון אנהויב אָן. איך שרייב צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). איך האב געשריבן צו אייך, קינדער, ווייל איר קענט דעם פאטער. 14 איך האב געשריבן צו אייך, פאטערס, ווייל איר קענט אים, וועלכער איז פון אנהויב אָן. איך האב געשריבן צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר זענט שטארק, און ה׳ס ווארט פארבלייבט אין אייך, און איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). 15 האט נישט ליב די וועלט, אויך נישט די זאכן, וואס זענען אין דער וועלט. אויב איינער האט ליב די וועלט, איז דעם פאטערס ליבע נישט אין אים.

Veja também

Publicidade
1 João
Ver todos os capítulos de 1 João
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-