22 און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס; 23 ווי ווידערגעבוירענע, נישט פון א פארדארבלעכן זאמען, נאר פון אן אומפארדארבלעכן, דורך ה׳ס לעבעדיק און בלייבנדיק ווארט. 24 ווייל:
יעדעס פלייש איז ווי גראז,
און יעדע פראכט דערפון איז ווי א בלום פונם גראז.
פארטריקנט ווערט דאס גראז,
און די בלום פאלט אראפ;
25 דעם האר (ג-טס) ווארט אבער בלייבט אויף אייביק.
(ישעיהו מ, ח.)
און דאס דאזיקע איז דאס ווארט, וואס איז אייך אנגעזאגט געווארן ווי בשורה טובה.