1 אויך אזוי, איר פרויען, זייט אונטערטעניק צו אייערע אייגענע מענער; כדי אפילו אויב אייניקע זענען אומגעהארכזאם צום ווארט, זאלן זיי געוואונען ווערן אָן א ווארט דורך דעם אויפפירונג פון זייערע ווייבער, 2 צוקוקנדיק זיך אויף אייער לויטערן אויפפירונג מיט יראה. 3 זאל אייער צירונג זיין נישט דאס אויסערלעכע באשיינונג, מיט פלעכטן די האר און מיט אנטאן זיך גאלדענע זאכן, אדער מיט אנקליידן זיך (טייערע) מלבושים; 4 נאר דער פארבארגענער מענטש פון דעם הארצן, מיט דער אומפארדארבלעכער (צירונג) פון אן עניוותדיקן און שטילן גייסט, וואס איז זייער טייער פאר ה׳. 5 ווארום אזוי האבן זיך אויך אמאל געצירט די הייליקע פרויען, וועלכע האבן געהאפט אויף ה׳, און זענען געווען אונטערטעניק צו זייערע אייגענע מענער; 6 ווי שרה האט געהארכט אברהמען, און אים גערופן האר; וועמעס טעכטער איר זענט געווארן, ווען איר טוט גוטס און שרעקט זיך נישט אפ פון קיין שום פחד.