Publicidade

1 Pedro 4

2 כדי נישט מער צו לעבן לויט די תאוות פון מענטשן, נאר לויט ה׳ס רצון די נאך איבערגעבליבענע צייט אינם גוף. 3 ווארום עס איז גענוג, אז אין דער פארגאנגענער צייט האבן מיר געהאנדלט לויטן ווילן פון די אומות (העולם), לעבנדיק אין תאוות, זויפן וויין, הוליאנקעס, שכרות און אין פארברעכערישע עבודה זרות; 4 אין וועלכע זיי וואונדערן זיך, וואס איר לויפט מער נישט צוזאמען מיט זיי אין דער זעלביקער אויסגעלאסענער פרעסעריי, און זיי לעסטערן; 5 זיי וועלן אפגעבן א חשבון צו אים, וועלכער איז גרייט צו משפטן די לעבעדיקע און די טויטע. 6 ווארום דערפאר איז די בשורה טובה אנגעזאגט געווארן אויך צו די מתים, כדי זיי זאלן געמשפט ווערן אינם לייב ווי מענטשן, זאלן אבער לעבן אינם גייסט לויט ה׳.

7 אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער שכלדיק און ניכטערן צו תפילות;

Veja também

Publicidade
1 Pedro
Ver todos os capítulos de 1 Pedro
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-