Pular para o conteúdo
Publicidade

1 Pedro 5

2 פאשעט ה׳ס סטאדע, וואס איז ביי אייך, געבנדיק השגחה, נישט געצוואונגענערהייט, נאר אויס גוטן ווילן, לויט (דעם רצון פון) ה׳; און נישט צוליב שענדלעכע פארדינסטן, נאר מיט מונטערקייט; 3 און אויך נישט ווי איר וואלט געהערשט איבער די ירושות, נאר ווערט פארבילדער פאר דער סטאדע. 4 און ווען דער הויפט פאסטוך וועט דערשיינען, וועט איר באקומען די קרוין פון כבוד, וואס פארוועלקט נישט. 5 פונקט אזוי, איר יונגערע, אונטערטעניקט זיך צו די זקנים, און אלע זאלט איר זיך אנקליידן מיט עניוותדיקייט איינער לגבי דעם אנדערן; ווייל ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)

Veja também