1 עס איז א באגלויבט ווארט: אויב איינער שטרעבט צו דער שטעלע פון א משגיח, באגערט ער א גוטע זאך. 2 דער משגיח דארף דעריבער זיין אָן א פעלער, א מאן פון איין פרוי, ניכטער, באשיידן, אן ענוו, א מכניס אורח, מסוגל לערער; 3 נישט קיין טרינקער, נישט קיין שלעגער; נאר מילד, נישט קיין בעל מחלוקת, נישט קיין געלטליבהאבער; 4 וואס הערשט וואויל מיט זיין אייגן הויז, האלטנדיק זיינע קינדער אין אונטערטעניקייט, מיט פולער ערווירדיקייט 5 (אויב אבער איינער ווייסט נישט ווי צו הערשן איבער זיין אייגן הויז, וויאזוי זשע וועט ער זארגן איבער דער קהלה פון ה׳?); 6 נישט קיין נייער תלמיד, כדי ער זאל נישט ווערן אויפגעבלאזן און אריינפאלן אין דעם משפט פון שׂטן. 7 און ער דארף אויך האבן א גוטן שם פון די אינדרויסן, כדי ער זאל נישט אריינפאלן אין קיין חרפה און אין דעם שׂטנס נעץ.