3 ווארום דאס דאזיקע איז ה׳ס רצון, אייער הייליקונג, אז איר זאלט זיך אפהאלטן פון זנות; 4 אז יעדער איינער פון אייך זאל וויסן ווי צו האלטן זיין אייגענע כלי אין קדושה און מיט כבוד, 5 נישט אין ליידנשאפטלעכע תאוות, ווי די אומות (העולם), וועלכע קענען נישט ה׳; 6 און אז קיינער זאל נישט עובר זיין און באטריגן דעם ברודער זיינעם אין דער זאך; 7 ווייל דער האר איז זיך נוקם אין אלע די דאזיקע פאלן, ווי מיר האבן עס אייך פריער געזאגט און אויסדריקלעך געווארנט. ווארום ה׳ האט אונדז נישט גערופן צו טומאה, נאר צו קדושה.
Publicidade
Publicidade