1 און וואס שייך די צייטן און זמנים, ברידער, דארפט איר נישט, אז מען זאל שרייבן צו אייך. 2 ווארום איר אליין ווייסט גאנץ גענוי, אז דער טאג פון דעם האר קומט ווי א גנב אין דער נאכט. 3 בשעת מען וועט זאגן: שלום און שלווה, וועט דעמאלט פלוצלונג קומען אויף זיי זייער בראך, ווי ווייען אויף א קימפעטארין, און זיי וועלן בשום אופן נישט אנטרונען. 4 איר אבער זענט נישט אין דער פינצטערניש, אז דער טאג זאל אייך איבערראשן ווי א גנב; 5 ווארום אלע זענט איר קינדער פונם ליכט און קינדער פונם טאג; מיר זענען נישט פון דער נאכט, אויך נישט פונם חושך;
Publicidade