Pular para o conteúdo
Publicidade

2 Coríntios 1

3 געלויבט איז דער ג-ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער אב הרחמים און ג-ט פון יעדער נחמה; 4 וועלכער טרייסט אונדז אין אלע אונדזערע צרות, כדי מיר זאלן קענען טרייסטן די, וואס געפינען זיך אין וועלכער נישט איז צרה, מיט דער טרייסט, מיט וועלכער מיר אליין ווערן געטרייסט פון ה׳. 5 ווייל פונקט ווי דעם משיחס ליידן פארמערן זיך אויף אונדז, אזוי פארמערט זיך אויך דורך דעם משיח אונדזער נחמה. 6 און ליידן מיר צרות, איז עס פאר אייער טרייסט און ישועה; ווערן מיר געטרייסט, איז עס פאר אייער טרייסט, וואס באווייזט זיך ווירקזאם אין דערטראגן סבלנותדיק די זעלביקע יסורים, וועלכע מיר אליין ליידן אויך; 7 און אונדזער האפענונג וועגן אייך שטייט פעסט, ווייל מיר ווייסן, אז ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן, אזוי וועט איר אויך זיין (אנטיילנעמער) אין דער נחמה.

Veja também