12 נאר וואס איך טו, וועל איך אויך טאן, כדי איך זאל אפשניידן די געלעגנהייט פון די, וואס זוכן א געלעגנהייט; כדי אין דעם, מיט וועלכן זיי בארימען זיך, זאלן זיי געפונען ווערן אויך אזוי, ווי מיר. 13 ווארום אזעלכע (מענטשן) זענען פאלשע שליחים, באטריגערישע ארבעטער, וואס פארשטעלן זיך פאר שליחים פון דעם משיח. 14 און עס איז נישט קיין וואונדער; ווייל דער שׂטן אליין פארקליידט זיך פאר א מלאך פון ליכט. 15 עס איז דעריבער נישט קיין גרויסע זאך, אויב אפילו זיינע משרתים פארקליידן זיך ווי משרתים פון צדקות; וועמעס סוף וועט זיין לויט זייערע מעשים.
Publicidade