24 פון יידן האב איך פינף מאל באקומען פערציק שלעק ווייניקער איינעם. 25 דריי מאל האט מען מיך געשמיסן מיט ריטער, איינמאל בין איך געשטייניקט געווארן, דריי מאל האב איך געליטן שיפבראך, א טאג מיט א נאכט האב איך פארברענגט אין דער טיפעניש (פון ים); 26 א סך מאל אונטערוועגנס, אין סכנות פון טייכן, אין סכנות פון גזלנים, אין סכנות פון (מיין אייגן) פאלק, אין סכנות פון אומות (העולם), אין סכנות אין שטאט, אין סכנות אין דער מדבר, אין סכנות אויפן ים, אין סכנות צווישן פאלשע ברידער; 27 אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז).
Publicidade