Publicidade

2 Coríntios 4

7 מיר האבן אבער דעם דאזיקן אוצר אין ערדענע כלים, כדי די איבערמאסיקע מאכט זאל זיין פון ה׳, און נישט פון אונדז; 8 פון אלע זייטן ווערן מיר געדריקט, אבער נישט דערדריקט; מיר זענען פארדאגהט, זענען זיך אבער נישט מיאש; 9 מיר ווערן גערודפט, אבער נישט פארלאזן; מיר ווערן אנידערגעווארפן, אבער נישט פארלוירן ווערן; 10 תמיד טראגן מיר ארום אין אונדזער לייב דאס שטארבן פון יהושען/ישוען, כדי דאס לעבן פון יהושען/ישוען זאל אנטפלעקט ווערן אין אונדזער גוף. 11 ווארום מיר, די לעבעדיקע, ווערן צו יעדער צייט איבערגעגעבן צום טויט צוליב יהושען/ישוען, כדי ישועס לעבן זאל זיך אנטפלעקן אין אונדזער שטערבלעך פלייש.

Veja também

Publicidade
2 Coríntios
Ver todos os capítulos de 2 Coríntios
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-