6 (באדענקט אייך) אבער דאס דאזיקע: ווער עס פארזייט מיט א קארגער האנט, דער וועט אויך האבן א קארגן שניט; און דער, וועלכער זייעט מיט ברכה, וועט אויך שניידן מיט ברכה. 7 יעדער איינער (זאל טאן) ווי ער האט זיך פארגענומען אין הארצן, נישט מיט באדויערן אדער אויס צוואנג; ווארום א פריילעכן געבער האט ה׳ ליב! 8 און ה׳ קען אייך משפיע זיין יעדן חסד, כדי איר, האבנדיק תמיד אין אלעם גענוג, זאלט זיך פיל מערן צו כלערליי מעשים טובים; 9 ווי עס שטייט געשריבן:
ער האט צעשפרייט,
ער האט געגעבן צו די ארעמעלייט;
זיין גערעכטיקייט בלייבט אויף אייביק.
(תהלים קיב, ט.)
10 און דער, וועלכער גיט זאמען דעם זייער און ברויט צום עסן, וועט געבן און פארפילפאכן אייער זאמען, און מאכן וואקסן די פרוכט פון אייער צדקה; 11 כדי איר זאלט אין אלעם רייך ווערן צו יעדער וואוילטעטיקייט, וועלכע ווירקט א שבח צו ה׳ דורך אונדז. 12 ווייל דאס אפריכטן פון דער דאזיקער עבודה נישט נאר פילט אָן די נויטן פון די קדושים, נאר עס פארמערט זיך אויך דורך פיל דאנק צו ה׳;